שמואל זיגלבוים
געבורט |
21 פעברואר 1895 פוילן |
---|---|
טויט |
12 מאי 1943 (אלט 48) לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך |
מדינה | פוילן |
אונטערשריפט | |
שמואל זיגלבוים (פּויליש: Szmul Zygielbojm; 21סטן פעברואר 1895 - דעם 12טן מיי 1943, לאנדאן) איז געווען פון די הויפטן פון דעם בונד אין פוילן, ער האט געוווינט אין לאדזש. ביי דעם קריג איז ער געווען א קורצע צייט א מיטגליד אין דעם ווארשעווער יודנראט. דערנאך איז ער אנטרינען קיין ענגלאנד.
אין 1942 איז ער באשטימט געווארן דורך דער פוילישער רעגירונג אין גלות, וואס האט זיך געפונען אין ענגלאנד, אלס מיטגליד פונעם פוילישן קאנגרעס, און די אנגעלעגנהייטן פונעם יידישן פאלק אין פוילן.
ער האט פרובירט צו צעוויסן טון די וועלט, די בארבארישע אקטן, וואס די נאציס האבן דורכגעפירט אין פוילן, און ווען די ווארשעווע געטא איז פארניכטעט געווארן, איז ער באגאנגען זעלבסטמארד, נאכן הערן אז זיין ווייב און קינד זענען געווען צווישן די אומגעקומענע.
ער איז געשטארבן דעם 12טן מיי, צוויי וואכן נאכן פאלן פון דער געטא.