שלעפשיף

פֿון װיקיפּעדיע
די שלעפּשיף "וואונאַ" אין סידני פארט, אויסטראליע

א שלעפּשיפ אדער בוקסיר איז א שיפל וואס שלעפּט אדער שטופּט אנדערע שיפן.

עס זענען דא דריי הויפט סארטן שלעפּשיפֿן:

  • שלעפּשיפֿן וואס ארבעטן ביי פארטן. די דאזיקע זענען שיפן אין דאס געביט פונעם פארט, און זייער הויפט ראלע איז צו העלפן גרויסע וואסער פארמיטלען גייען אריין און ארויס פונעם פארט, און אויך העלפן אָנבינדן די שיפן צום ווערף.
  • שלעפּשיפֿן וואס ארבעטן אינעם עפֿענעם ים, און אפט גענוצט אין ראטעווען שיפן.
  • ספעציעלע שלעפּשיפֿן צו שלעפּן טראַטוועס, בעיקר אין טייכן (א טראַטווע איז א וואסער פארמיטל אן א מאטאר אדער וועסלעס).

שלעפּשיפן זענען זייער שטארק כאָטש זייער גרייס. א סך שלעפּשיפן טראגן פייערלעשעריי געצייג.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שלעפשיפן