שטיסל

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שטיסל איז א ישראלישע טעלעוויזיע סעריע. די ערשטע סעזאן איז אורשפרינגליך אויסגעשטראלט אויף דעם קאנאל יעס (Yes) פון כ"א תמוז ביז מוצאי יום כיפור ה'תשע"ג.

אלון זינגמאן איז געווען רעזשיסאר; אורי אלון און יהונתן אינדארסקי האבן די סצענאר געשריבן. בארימטע אקטיארן האבן געשפילט אין שטיסל. זי האט באקומען הויכע איינשאלטקוואטעס (שאצונגען) און א סך קריטיקער האבן זי געלויבט.

מעשה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ערשטער סעזאן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די געשיכטע באהאנדלט די פרומע, פרושים משפחה שטיסל, וואס וואוינט אין מאה שערים. שלום, דער פאטער, ראנגלט זעך מיט זיין עלטערקייט און מיט דער פארלוסט פון זיין געשטארבענע ווייב. עקיבא, שלום'ס בן זקונים, פארליבט זיך מיט דער וויטווע אלישבע און וויל נישט קיין אנדערע שידוך. ליפא, דער מאן פון עקיבא'ס שוועסטער גיטל, פארלאזט איר און אירע קינדער, אבער זי פארזוכט דאס אין געהיים צו האלטן. גיטל'ס עלטסטע טאכטער, רוחמה, מוז העלפן איר מאמע. באבע מלכה, שלום'ס מוטער, לעבט אין א שוועסטעריי היים, און דארט זעט זי טעלעוויזיע צום ערשטן מאל. די אינערלעכע, פארבארגענע שטרייטן פון די העלדן ווערן געצייגט.

שוישיפילער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • מיכאל אלוני - עקיבא שטיסל
  • דב גליקמן - שלום שטיסל
  • אירית אבני אלטער - דבורה שטיסל
  • נטע ריסקין - גיטל ווייס
  • איילת זורר - אלישבע ראטשטיין
  • יואב סעדיאן ראזנבערג - ישראל ראטשטיין
  • חנה ריבער - באבע מלכה
  • זהר שטרויס - ליפא ווייס
  • שירה האס - רוחמה ווייס
  • ששון גבאי - נחום שטיסל
  • הדס ירון - ליבי שטיסל (שטערצאלע)
  • גל פישל - יוסף ווייס
  • שראל פיטערמאן - צבי אריה שטיסל
  • אליענה שעכטער - טובה שטיסל
  • אורלי זילבערשאץ - עליזה גווילי
  • ניצה שאול - עדנה חעשין
  • ניצן לילה שביט - אסתי גאטליב
  • אברהם מור - קעניגסברג
  • זאב טנא - שוכער
  • רות געלער - רביצין ערבליך
  • סשה אבשלום אגראנאוו - סשה
  • אברהם לייב בארנשטיין - אנשין
  • מוטי ברכר - לוי יצחק "דער כורך"
  • מאיר וויינער - פינטשיק
  • שלמה שיטרית - פארשלאפן
  • האלגער אירמיש - אליווער "דער גולם", א שבת גוי

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]