חזיר
דער חזיר (Sus scrofa domesticus) איז א בהמה וואס מען עסט אין כינע, דער מיטל מזרח און אייראפע.
א חזיר געבירט אויף איין מאל צווישן 6 - 12 קינדער.
חזירים טראגן מחלות און פאראזיטן וואס קענען שעדיגן מענטשן.
לויט דער תורה און לויט איסלאם איז פארבאטן דאס צו עסן.
אויך מען נוצט דעם ווארט חזיר אויך צו אנטיטלען א שמוציקן מענטש.
אין מדינת ישראל איז פארבאטן צו אויפציען און האדעווען חזירים אין די יידישע געגנטן אויסער לצורך פארשונגען וואס איז ערלויבט. אבער פארקויפן חזירים גיט די מדינה באשטעטיקייט פאר די לאקאלע אויטאריטעטן צו אנטשיידן. וויבאלד דער חזיר איז פאררעכנט אלס א שמוציגע טריפה'נע חיה רופט מען דאס אין ישראל בשר לבן - ווייס פלייש.
אידישקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער חזיר ווערט דערמאנט אין דער תורה אלץ א טמא'נע חיה, עס האט געשפאלטענע קלעים, אבער עס איז נישט מעלה גרה. די גמרא מסכת חולין ד' נ"ט זאגט אז דאס איז די איינציגסטע חיה וואס איז אזוי. א איד טאר נישט אויפציען ביי זיך א חזיר חושן משפט סי' ת"ט. מען מעג הנאה האבן פון א חזיר מסכת פסחים דכ"ג ע"א. אבער מען טאר נישט מאכן האנדל דערמיט שולחן ערוך, יורה דעה סי' קי"ז. עס געפינט זיך א מדרש וואס זאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט דער חזיר ווערן טהור.
עס שטייט אין ספרי סגולה, אז אויף א צוברעכאנעם ביין, איז א סגולה צו שמירן חזיר-פעטנס פלייש - געוויסע פרומע זענען אויפגעשרינגען, ווייל זיי האלטן אז מ'טאר נישט אנרירן קיין חזיר פלייש.