שאפ ענד סעיוו
מראה
די שאפ ענד סעיוו איז א אדווערטייזמענט ביכל וואס ערשיינט יעדן פרייטאג און ווערט ארומגעשיקט אויף די פאסט צו אלע איינוואוינער פון קרית יואל ביינאזאם מיטן קרית יואל זשורנאל פריי פון אפצאל.
זי אנטהאלט אויך אן אפטיילונג גערופן "פון הארץ צו הארץ" וואו מענטשן קענען אריינשיקן בריוון און מיטטיילן מיטן ציבור זייערע פריוואטע געשיכטעס פון וואס אנדערע קענען זיך לערנען.
אויך איז דא דארט א מוסר אפטיילונג וואס איז מעורר איבער שמירת הלשון צוגעשטעלט דורך מכון באהלי צבי.
עס באשטייט געווענליך פון ארום פערציג זייטן.