שאפיר-ליצענץ
(אַריבערגעפֿירט פון שאפער-ליצענץ)
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש

א נארוועגישע שאָפֿיר-ליצענץ
א שאָפֿיר-ליצענץ אדער שאָפֿער-ליצענץ איז אַן אָפֿיציעלער דאָקומענט וואס דערלויבט אַ פּערזאָן צו פֿירן אַ מאָטאָר פֿאָרמיטל אזוי ווי אַ מאָטאָציקל, אויטאָמאָביל, לאַסטאויטאָ אדער בוס.
געזעצן איבער שאָפֿיר-ליצענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
פֿאַרשידענע מדינות האבן פֿאַרשידענע געזעצן וואס באַשײדן אויב אַ פּערזאָן קען האבן אַ שאָפֿיר-ליצענץ. אין עטלעכע פּלעצער דאַרף אַ פּערזאָן אַריבערקומען אַ טרייבונג טעסט איידער באַקומען אַ שאָפֿיר-ליצענץ, און אין אַנדערע פּלעצער ווערט אַ שאָפֿיר-ליצענץ דערטיילט איידער דער פּערזאָן נוצט דער פֿאָרמיטל.
צום ביישפיל, אין וויקטאָריע, אויסטראַליע דאַרף אַ מענטש:
- ווערן לפּחות 18 יאָר אַלט
- לעבן אין וויקטאָריע
- אַריבערקומען אַן אייַנזען-טעסט
- אַריבערקומען אַ געפֿאַר-פֿאַרשטאַנד טעסט (אויף אַ קאָמפיוטער)
- אַריבערקומען אַ פּראַקטישלעכער טרייבונג טעסט צו באַווייַזן אַז זיי קענען טרייבן אין זיכערהייט, קאָנטראָלירן דער פֿאָרמיטל, פֿאָלגן טראַקט-געזעץ און באַטייליקן זיך מיט אַנדערע טראַקט-באַניצער.