לדלג לתוכן

שאסיי 16

פֿון װיקיפּעדיע

שאסיי 16 (אדער אריאל שרון בולעוואר) איז א שאסיי אין ישראל אויסברוקירט ווי נאך אן אריינגאנג קיין ירושלים, וואס דערמעגלעכט פֿאַרקער אויף שאסיי 1 וואס קומען פֿון דער מערב זייט צו דערגרייכן די דרום-מערב געגנטן פון דער שטאט און צו דארף אדורכגיין דער אריינגאנג פֿערטל פון ירושלים, וואס איז זייער אפֿט גוט אָנגעלאָדענט. עס ווערט גערעכענט אז בויען דעם שאסיי האט געקאסט אנדערט האלבן מיליארד שקל. דער שאסיי האט צוויי טראקטן דורכאויס יעדער ריכטונג און מען מעג פֿארן ביז 90 קילאמעטער א שעה.

מען האט געעפֿנט דעם שאסיי צום באניץ אום 31סטן אויגוסט 2022, א יאָר פֿאַר דער געפלאַנטער צייט.

א טייל פונעם פראיעקט איז געווען בויען א נייע בריק לאַנג 372 מעטער אריבער נחל שורק ביים מוצא איבערבייט צו פֿאַרבינדן דעם מערב עק פֿונעם שאסיי מיט שאסיי 1 וואס גייט דארט אריבער דער מוצא בריק.

שאסיי 16 איז לאנג 4.7 קילאמעטער.