לדלג לתוכן

שאול ידידיה אלעזר טויב

פֿון װיקיפּעדיע
שאול ידידיה אלעזר טויב
געבורט 20 אקטאבער 1886
אזשאראוו, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 נאוועמבער 1947 (אלט 61)
תל אביב-יפו, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הר"ר שאול ידידיה אלעזר טויב אדמו"ר ממאדזיץ דער האמרי שאול

הר"ר שאול ידידיה אלעזר טויב (תרמ"ז - תש"ח) איז געווען דער צווייטער מאדזשיצער רבי. ער האט מחבר געווען מער ווי 1000 ניגונים. זיינע תורות זענען געדרוקט אין "אמרי שאול" און "ישא ברכה".

הר"ר שאול ידידיה אלעזר איז געבוירן אין אזשעראוו, פוילן, הושענא רבה, ה'תרמ"ז צו זיין פאטער רבי ישראל טויב, דער ערשטער מאדזשיצער רבי (זון פון רבי שמואל אליהו טויב, זוואלינער רבי, זון פון רבי יחזקאל טויב פון קאזמיר), און צו זיין מוטער דאברא (טאכטער פון ר׳ חיים שאול פרידמאן). שוין אלס יינגל האט ער אנגעהויבן קאמפאנירן נייע ניגונים.

אין תרס״א האט ער געהייראט זיין ערשטע רעביצין, נחמה אייגער, א טאכטער פון דעם לובלינער רבי'ן; זייער זון שמואל אליהו איז שפעטער געווארן דער דריטער מאדזשיצער רבי. אין תרע״ז איז ער באשטימט געווארן רב פון ראקאוו.

צום זיווג שני האט הר"ר שאול חתונה געהאט מיט א סטאפניצער אייניקל, וואס האט געבוירן צו אים צוויי זין, יחזקאל און יצחק. נאכהער האט ער חתונה געהאט מיט נחמה האלבערשטאם; זייערע קינדער זענען געווען ישראל, דוד, צפורה און שרה.

נאך דער פטירה אין תרפ"א פון זיין פאטער דער דברי ישראל האט ער איבערגענומען די מאדזשיצער רעביסטעווע. א יאר נאכהער איז ער געווארן רב אין קאָרטשעוו, פוילן. אין תרפ״ט איז ער אריבער קיין אטוואצק, א שטעטל נישט ווייט פון קארטשעוו, וואו ער האט געפירט רוב יארן.

בשעת די רדיפות פון די נאציס איז ער אנטלאפן קיין ווילנא, וואס איז דעמאלסט געווען אין ליטע. פון דארטן האט ער באקומען דערלויבניש צו פארן קיין יאפאן מיט אסאך אנדערע פליטים. צום סוף האבן א טייל מאדזשיצער חסידים מצליח געווען אריבערפירן זייער רבי קיין סאן פראנסיסקא, פון וואנעט ער האט געצויגן קיין ברוקלין, ניו יארק אין ת"ש, וואו ער האט אנגעהוייבן צוריקשטעלן דאס מאדזשיצער חסידות. ער איז געווען א געראטענער פארפאסער פון ניגונים - במשך זיין לעבן האט ער מחבר געווען מער ווי 1000. ער האט געהאט א שטארקע תשוקה פאר ארץ ישראל און האט געוואנדערט דארטן אין תש"ז. ער האט נישט זוכה געווען צו לעבן לאנג אין ארץ ישראל. ט"ז כסלו ה'תש"ח איז ער נפטר געווארן. ער איז געווען דער לעצטער וואס מען האט באגראבן אויף הר הזיתים ביז מ'האט באפרייט דעם בית עולם דארט אין יאר תשכ"ז.

זיין עלצטער זון, הר"ר שמואל אליהו טויב, איז געווארן רבי נאך זיין פטירה.


מאדזשיצער רבי׳ס

ישראל טויבשאול ידידיה אלעזר טויבשמואל אליהו טויבישראל דן טויבחיים שאול טויב