לדלג לתוכן

רפאל נעריצך

פֿון װיקיפּעדיע

'רפאל נעריצך איז א יודישער ערציילונג וועהגן א יוד א סטאליער פון א קליין שטעטל אין אייראפע וואס האט אימיגרירט אין אמעריקע און ווי ער באקענט זעך מיטן נייעם אופן פון פאבריצירן מעבל אין א פאבריק, געשריבן דורך אב. קאהאן.

דאס ווערק איז צוערשט ערשינען אינעם וועכנטלעכן ארבעטער צייטונג אין יאר 1894. א יאהר שפעהטער איז עס איבערגעדרוקט געווארן אין דער טעגלעכער אבענד בלאט. א קורצע צייט דערנאך איז עס ארויסגעגעבן געווארן פון פאראייניגטע אמעריקאנער ארגאניזאציעס אין א בוך פארעם אין צוויי טיילן וועלכע איז אויך פארשפרייט געווארן אין רוסלאנד.

אין 1907 איז עס פונדאסניי איבערגעדרוקט געווארן, מיט פארבעסערונגען און הוספות, אין צעהן-טויזנט עקזעמפלארן און ווען דאס איז אויסגעגאנגען איז עס געדרוקט געווארן נאכאמאל דורכן מחבר אין אין יאר 1912 און שפעטער אין 1917 צום זעקסטן מאל.

די פערטע אויסגאבע אנטהאלט איין-און-צוואנציג קאפיטלען מיט א גלאָסאַר פין יידיש-ענגלישע ווערטער און אויסדרוקן, צוזאמען איז עס 206 זייטן. עס איז ארויסגעלאזט געווארן פון די פינפטע אויסגאבע וועלכע באשטייט בלויז פון 199 זאהטן.