לדלג לתוכן

רעדן:רשימה:חסידישע הויפן

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

איך מיין אז ס'איז כדאי מאכן אויך א שורה פון רבנים און מנהיגים פון יעדע חסידות. ►רוני◄ 18:26, 7 סעפטעמבער 2006 (UTC)

איך האף טאקע צו מאכן. אויך דארף מען ליסטעס פון תנאים, אמוראים, רבנן סבוראי, ראשונים, גאונים, וכדו'. --קאצקער 18:42, 7 סעפטעמבער 2006 (UTC)
יא יא, מען דארף א סך זאכן איבערהויפט צייט מיט נערווין :). ►רוני◄ 18:57, 7 סעפטעמבער 2006 (UTC)

וואס טוט מען ביי א חסידות וואס האט אסאך לעבעדיגע אדמורים? א שטייגער ווי וויזשניץ מאנסי (הויף), ספינקא, אדער דעהש?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נישט שרייבן אלע, די שאלה איז וואס יא? חיים הערש שטערן (רעדן) 06:59, 23 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

ברוכים הבאים! טראצדעם וואס עס זענען פאראן פילע אדמו"רים אין אלע דריי אויבנדערמאנטע חסידות'ן קען מען שאפן א באזונדערן ארטיקל אויף יעדן רבי'ן טאמער מ'וויל. דאך וויזשניץ מיט דעעש אדער ספינקא זענען איבערהויפט נישט פארגלייכבאר, וויבאלד רוב היינטיגע דעעשער אדמו"רים האבן נישט קיין חסידים און זיי האבן אפשר נאר א בית מדרש און זיי טראגן נאר דעם טיטל רבי אפיציעל, אין קעגנטייל צו ספינקא וואו טייל פון די רביס האבן יא קליינע צאל חסידים. וויזשניץ מאנסי וואס פארמאגט טויזנטער חסידים ארום דער וועלט. אייגנטליך מיין איך אז די געשיכטע פון אלע דעעשער רביס קען מען איינזאמלען אין איין בלאט. אין וויזשניץ יעדער רבי קען האבן אן אייגענעם ארטיקל. אבער דאס איז נאר מיין באשיידענע מיינונג. אויב איר ווילט איר קענט שאפן א נייעם ארטיקל פאר יעדן רבי'ן עקסטער אויך פאר ספינקא אדער דעעש. אדרבא יעדע ביישטייערונג צו וויקיפעדיע ווערט גערן אנגענומען.

א גוטן ערב שבת Davidik רעדן - עש"ק פ' צו, שבת הגדול ה'תשע"ח - 10:29, 23 מערץ 2018