רעדן:קרית גת באן סטאנציע
מראה
מוצאי שבת/שבת צונאכט.
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ר' פוילישער.פאקטיש קען מען שרייבן שבת צונאכט, אבער דער עולם ניצט נישט דאס ווארט שבת צונאכט, נאר "מוצאי שבת", ווייל אזוי איז איינגעפירט. פרייטיג צונאכט ניצט מען יא, וויבאלד ווען מען זאגט "ערב שבת", מיינט מען געווענליך פרייטיג נאכמיטאג. פארגעס נישט אז רוב אידיש לייענערס היינט צו טאגס זענען נישט עלטערע אידן, נאר געהעריגע חסידישע היימישע אידן, וואס קענען נישט די "פארווערטס" שפראך (דו ווייסט גאנץ גוט וואס איך מיין), און די היימישע אידיש איז היפש אנדערעש, און צוליב דעם דארפסט עס פארשטיין און נישט עקשנ'ען זיך אז דאס איז דער ריכטיגער וועג. Davidik500 (רעדן) 16:40, 18 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- טאמער דו ווילסט שרייבן מוצאי שבת וועט מען דיך נישט שטערן, אבער פאררעכט נישט וואס איז יא געהעריק. איך רעד נישט פארווערטס שפראך און איך ליין נישט דעם פארווערטס. איך האב געלערנט רעדן יידיש אין א היימישער שטוב און צווישן היימישע יידן און עד היום רעד איך יידיש. פונקט דעם אויסדרוק ״שבת-צו-נאכט״ האב איך געהערט פון מיין רבי׳ן (מלמד), א סאטמארער חסיד פון ראמעניע. א ייש״כ פאראויס. --פוילישער 17:08, 18 סעפטעמבער 2017 (UTC)