רעדן:סעל ניוקליז
יאדער אדער ניוקליז
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך האב געשריבן דעם ארטיקל איז געקומן פוילישער און באוואוגן אן זיך דורכרעדן, און דערנאך מוסיף געווען חטא על פשע צו מעקן מיין קעפל אן קיין שום אנשטרענגונג מיר איינמעלדן דערוועגן אדער דאס מסביר זיין אין רעדן זייט, בלויז נישט אידיש און פארטיק אראפ מיט מיין ארבייט...
איך האב געדולד און רעספעקטיר גענוג זיין ארבייט דא צו פרעגן און בעטן אן אויפקלערונג און ווארטן פון אים צו הערן א מקור אז יאדער איז מער אידיש ווי ניוקליז דער ווארט קאמפיוטער איז אויך ענגליש אבער וויבאלד מען נוצט דאס אין אידיש ווערט דאס אידיש.
דער פאקט איז אז קיין איין אלטער אידישיסטישער ווערטערבוך אנליין נישט פון וויינרייך און נישט פון הארקאווי האט די ווארט יאדער. וואס אויב יא וואלט איך ווען נישט מוחה געווען אויף זיין באוועגן. אבער צו גיין מעקן מיין ארבייט אויף אזא שוואכן אומבאוויסטן ארגומענט איז דאך א הימל געשריי.
קען זיין אז יאדער איז מער אידיש ווי ניוקליז, איך האב געברענגט א מקור אז ניוקליז איז באנוצט פון ענגלישן וויקיפעדיע דערווייל ווייס איך נישט אז דער אידיש שפראך זאל האבן באנוצטע טערמינען אויף טיפע ביאלאגישע געדאנקן אנדערשט ווי דער ענגלישער איז וואס איז פשט פון באוועגן און נאכדערצו מעקן אן זיך דורכרעדן. ביטע זיך אפהאלטן פון טאן די ווילדע שריט פון מעקן אן זיך דורכרעדן געהעריג מיט די ארגינעלע שרייבער פון די ארטיקל א דאנק.--ווארצגאנג 14:37, 3 פעברואר 2009 (UTC)