לדלג לתוכן

רעדן:משה דוד נידערמאן

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

איך האב געמעקט אפאר ליגנטס וואס זענען דא געווען, ווי למשל אז מען האט איהם געזען רעדן אויפן טעלעפאן אום יו"ט, וואס איז א ליגנט פון די ארונים, וואס האבן עס ארויסגעלאזט נאכדעם וואס די זאליס האבן געשריבן אז אברמי רובין האט גערעט אויפן טעלעפאן אין פראנט פון ראדני שמיני עצרת, און דאס איז מן הסתם אויך שטותים.

וואס ביסטו אזוי זיכער אז ס'איז ליגנט?--בן-עמי 18:08, 30 מאַרץ 2006 (UTC)

מען דארף דעם ארטיקל אויסמעקן

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווייטער פריוואטע חשבונות אויף א מענטש.--למדן 15:23, 22 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

פריוואטע חשבונות איז נישט דער מבחן אויסמעקן אדער לאזן. איז דער פיגור פובליק צו נישט? דאס איז דער איינציגסטער מבחן. ביטע נישט אויסמעקן.--יודל 15:29, 22 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
עס איז יא דער מבחן!, ווי הראל און נאך האבן שוין געשריבן דארף אונזער וויקיפעדיע א קאמפלעטע איבערפלאנצונג, די אלע ארטיקלען דארפן אראפגיין!, אפשר אין א וויקיפעדיע פון פופציג טויזענט באנוצער קען עס בלייבן ווייל עס וועט נישט בלייבן קיין ליגנט מער ווי אפאר מינוט, אבער דא קען נישט יעדער זיין פארנומען מיט די הונדערטער פריוואטע מענטשן וואס דו האסט דא באשריבן. אונזער וויקיפעדיע דארף זיך יעצט פארלייגן אויף נארמאלע ארטיקלעך, און די אלע נארישע ארטיקלעך, פארטייאישע, ליגענט, און דמיונות דארף אריינגיין אין רעסייקלינג.--למדן 15:32, 22 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
אה יעצט זאגסטו עפעס אנדערשט דו ווילסט דא מאכן אן איבערפלאנצונג דאס הייסט אויסמעקן אלע אלטע און שרייבן פון דאס ניי אויף דעם בין איך מודה צו דיר אז הראל האט דאס געוואלט אבער אנדערע רוב באנוצער האבן מיט אים זיך דאן געקריגט. הצלחה. און שכוח פארן זאגן אפען וואס דו ווילסט.--יודל 15:33, 22 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
יא יא, דאס וויל איך, און יעדער וויל דאס. אבער נישט אויף אלע ארטיקלעך, נאר אויף דיינע באשרייבונגען פון שטותים, נארישע ארטיקלעך, פארטייאישע, ליגענט, און דמיונות. מען האט דיך אראפגעווארפן און אויפגענומען רוני פאר א סיבה.

--למדן 15:35, 22 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

אויב האסטו טאקע די אלע אנדערע ניקס מיט דיר איז דיין שמייכל דא זייער אין פלאץ. און איך פריי מיך מיט דיין שמחה דא. פריי דיך זייער שטארק לחיים--יודל 15:37, 22 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
איך בין מסכים, שמועס געשלאסן.--למדן 15:38, 22 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
דער שמועס איז געשלאסן טאקע איבער דיין שטימען און דיין פריוואטער אגענדע דא אלעס מעקן אבער לענין פון דעם פאסענדער ארטיקל צו איז משה דוד נידערמאן א פאבליק פיגור צו נישט איז דאס ווייט פון געשאלסן. ביטע פארעכטן אויב דו זעהסט דערווייל עפעס פערזעליכע בייעס רח"ל.--יודל 15:40, 22 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

נישט אנציקלאפעדיש--למדן 23:12, 22 יולי 2007 (UTC) קעסט פארעכטן וואסארע טעקסט עס איז נישט ענציקלאפידיש ביטע צייג אן וואסערע פרטים עס איז נאריש און מ'וועט פארעכטן--יודל 23:15, 22 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

וואלן צו אויסמעקן דעם ארטיקל

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  1. איך בין מסכים ►רוני◄ 20:30, 2 אױגוסט 2007 (UTC)
  2. איך בין מסכים די ארטיקעל זעהט אויס ווי איבערגעשריבן פון פנים אל פנים, נישט אינציקלאפידיש. --משגיח 20:33, 2 אױגוסט 2007 (UTC)

זאל מען דא אויסמעקן וואס באנוצער קאצקער האט געשריבן?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סתם אזוי האלט איך איז געווען א גוטער עצה אז קאצקער האט אויפגעהערט דא צו שרייבן כאטשיג איך ווייס נישט צו פוילישער איז נישט קאצקער, אבער איך האב אים געהיטן ווען ער האט געשריבן זיינע אינפארמאציע דאס צו באלאנצירן. נעכטן האט פוילישער דעסיידעד אויף איינמאל אז ער וויל אלעס מעקן. איך האב עס דערווייל צוריקגעשטעלט[1] איך ווארט אויף אן אויפקלערונג פארוואס ער וויל דאס מעקן. א דאנק.--יודל 11:32, 4 פעברואר 2008 (UTC)

כ'האב געשריבן קלאר אז איך מעק אויס וואס האט נישט קיין מקור. דאס איז קעגן וויקיפעדיע פאליסי וועגן לעבעדיגע מענטשן. אויך איז דאס נישט אין ארדנונג צו מאכן פערזענלעכע באשולדיגונגען. --פוילישער 13:22, 5 פעברואר 2008 (UTC)
גערעכט איך זאמל איצט צאם עפעס מקורות פון גוגל, כאטשיג דו האסט דאס אויך געקענט טאען. אבער איך וועל דיך נישט לאזן דא מעקן. ווארט נאר אביסעלע וועסטו זעהן איך ברענג מקורות א דאנק.--יודל 18:52, 5 פעברואר 2008 (UTC)