לדלג לתוכן

רעדן:מעקינטאש

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

מעקינטאש אדער מעקינטאש?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לדעתי האט נישט קיין שום זון דאס אריבערצוריקן פון מעקינטאש צו מאקינטאש. עס קומט מיט א סגול וואס ווערט געשריבן מיט אן ע', עס איז נישטא קיין פלאץ וואו עס ווערט אנגערופן מיט א קמץ אדער פתח. נישט לויט ייווא כללים און נישט לויט די חסידישע כללים. החותם מתוך כאב על כבוד סטיוו דזשאבס :) --איינשטיין 15:59, 1 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

געוויינלך איז פוילישער נישט ווי רוני, איך ווייס נישט פארוואס ער האט דאס באוואוגן אן זיך דורכרעדן איך אנטשולדיג זיך פאר די שרייבער פון דעם ארטיקל אז איך האב דאס נישט פריערט באמערקט צו צוריקדרייען. קודם בלייבט דאס ארגינעל לאמיר הערן וואס פוילישער זאגט. אפשר איז ער גערעכט--יודל 16:08, 1 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

אויך מאקאס האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן פון וואס מען רעדט דא. עס דארף זיין "מעק OS" (או. עס). אדער קלארער אזויווי אין די עברית וויקפדיה Mac OS. --איינשטיין 16:02, 1 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

פשטות ווען מען נעמט איבער א פרעמד ווארט פון אן אייראפעאישער שפראך אין יידיש זענען דא עטלעכע כללים. איינער פון די כללים שאפט א קארעספאנדענץ ָa=אַ, e=ע, i=י, o=אָ, u=ו. דאס האט צו טון מיט שרייבן און איז אומאפהענגענדיג וויאזוי מען רעדט אויס דאס ווארט, וואס קען זיך ענדערן אין פארשידענע לענדער. לויט דעם כלל קומט MacOS --> מאַקאָס. אוודאי קען מען שרייבן MacOS און פארמיידן דעם גאנצן פראבלעם, דאס געהערט צו דער שמועס וואס מען זאל פירן אויף טעכנאלאגישע טערמינען. --פוילישער 13:25, 2 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
אין ענגלישע בוכשטאבן זעט מען גלייך אז דער OS איז קעפיטאל, וואס דאס מיינט אז מען זאגט עס נישט וויאזוי עס ליינט זיך, נאר דאס איז ראשי תיבות פון עפעס. (פארגעס נישט אז די ענגלישע אלפאביתא איז דאפעלט פון וויפיל מען מיינט, ווייל די קעפיטאל אותיות זענען אותיות פאר זיך וואס ווערן גענוצט אין אנדערע פלעצער ווי די קליינע אותיות). איז דאס טאקע דער כלל אפילו אין אזא פאל? דאן ביי ווינדואס עקס פי זאלסטו שרייבן ווינדאוזקספ... קאמיש...--איינשטיין 13:29, 2 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]