װיקיפּעדיע:טעכנאלאגישע טערמינען
דער בלאט באדינט די וויקיפעדיער באהאנדלען נייע טעכנאלאגישע אדער אנדערע זענדלעכע ווערטער און באגריפן וואס האבן נישט קיין באשטימטע אדער אייניקע איבערזעצונג צווישן די יידיש־רעדער. צב"ש Windows XP קען מען רופן עקספי פענסטערס, עקספי ווינדאז, עקס פי ווינדוס אא"וו. Router קען מען שרייבן רוטירער, ראאוטער אא"וו. Air conditioner קען מען שרייבן לופֿטקילער, טעמפעראַטור רעגולאַטאָר, לופט קאנדישאנער, אייער קאנדיציער אא"וו.
לייגט דא אריין די ווערטער וואס איר האלט מען זאל שרייבן אויף ענגליש. אויך קענט איר שטימען צי איר זייט מסכים צו יענעמס פארשלאג צי נישט. אויב זייט איר נישט מסכים ברויכט איר צו פארשלאגן א יידיש־ווארט. (נוצט די מוסטערן {{מסכים}} {{נישט מסכים}}) אין דעם פאראגראף קענט איר נאר שרייבן צי איר זייט מסכים צי נישט, און פארשלאגן אייער יידיש־ווארט, אבער דיסקוסירן נאר אונטער דעם "דיסקוסיע" פאראגראף.
פארשלאגן ענגליש־ווערטער
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך בין דערקעגן (קיינער רופט עס נישט מוטער פלאטע, און קיינער ווייסט נישט וואס עס מיינט) --טעכניקער 02:59, 8 מײַ 2008 (UTC)
- Router (איצט: רוטירער) ►רוני◄ 13:26, 2 מײַ 2008 (UTC)
איך בין דערקעגן ("רוטירער" איז אויכט האלב ענגליש, זאל שוין דעם געהעריגען נאמען בכלל וואס עפעס "רוטירער"?)--טעכניקער 02:59, 8 מײַ 2008 (UTC)
איך בין מסכים (רוטע איז שוין לאנג א יידיש ווארט — פון פראנצויזיש און דייטש — (נישט "ראוט") און שאפן א רוטע קען הייסן "רוטירן") --פוילישער 21:49, 8 מײַ 2008 (UTC)
דיסקוסיע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ס'איז כדאי צו דיפערענצירן צווישן צוויי ערליי ווערטער.
ערשטנס ווערטער אזוי ווי Windows Vista און Firefox וואס זענען נעמען; אין רוב וויקיפעדיעס פארטייטשט מען נישט די ווערטער נאר מ'שרייבט זיי אויף ענגליש.
צווייטנס זענען דא טעכנאלאגישע טערמינען (ווי דערמאנט אויבן) וואס מען דארף זיי פארטייטשן אויף יידיש אבער, אזוי ווי אסאך מענטשן זענען נישט באקאנט מיטן יידישן טערמין איז כדאי צו שאפן א רשימה פון די טערמינען אויף ענגליש. --פוילישער 15:27, 7 מײַ 2008 (UTC)
- פוילישער האט עס זייער גוט ארויסגעברענגט, זאכן וואס האבן באקומען א נאמען דארף מען נוצן די ענגלישע ווארט, ווייל אזוי הייסט עס, א נאמען איז נישט פאסיג צו איבערטייטשן. לגבי נייע טעכנאלאגישע טערמינען/ווערטער, איז וויבאלד עס נישט דא קיין אנערקענטע געזעלשאפט וואס געבט זיך אויב צו מאכן די נעמען אין אידיש, און וויבאלד די וויקיפעדיע איז נישט קיין "ווערטער בוך" נאר אן "ענציקלאפעדיע" איז לכאורה די גרינגסטע צו ניצן דעם ענגלישען נאמען, דאס וועט מאכן א קאנפליקט מיט די ארץ ישראל'דיגע שרייבער וואס וועלן ווילן אז מען זאל נוצן דעם העבערישען נאמען, דארף מען דן זיין לויט די אומשטענדן וואס איז מער פאסיג. --טעכניקער 02:54, 8 מײַ 2008 (UTC)