רעדן:די זיבן מצוות בני נח
מראה
דאס זענען נישט די 7 מצוות
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אדער מאכסטו דיך משוגע, אדער סתם אן עם הארץ, אדער בין אין אן עם הארץ, וואספארא מצוה איז דאס "קאנטראלירן די חיות"? מאכן וואס מער ZOO'ס?--געוואלד 12:05, 15 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- וּמוֹרַאֲכֶם וְחִתְּכֶם, יִהְיֶה, עַל כָּל-חַיַּת הָאָרֶץ, וְעַל כָּל-עוֹף הַשָּׁמָיִם; בְּכֹל אֲשֶׁר תִּרְמֹשׂ הָאֲדָמָה וּבְכָל-דְּגֵי הַיָּם, בְּיֶדְכֶם נִתָּנוּ. האסטו אבעסערער אויסדרוק? ביטע פארבעסערן! ►רוני◄ 12:31, 15 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- ►רוני◄ טייערע, מ'קאן נישט ארויסנעמען עפעס גראד פון א פסוק אין חומש, צו וויסן די שבע מצוות בני נח, דארף מען קוקן אין חז"ל און רמב"ם, די מצוות וואס שטייט אויסגערעכנט יעצט אינעם ארטיקל איז גוט פאר א פורים שפיל, אי"ה איך וועל האבן די געגלעגנהייט וועל איך עס איבער ארבעטן--געוואלד 14:26, 15 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- געוואלד! דו באוואשט יענעם אלס עם הארץ אבער דו אליינס זאגסט נישט קלאר צו דו ווייסט וואס דו רעדסט רוני האט דא מער חזקת באגלייבטקייט פון דיר, באוואש נישט יענעם מיט צו-נעמען אלס עם הארץ! ווייל דו ביסט א גס רוח בנוסף צו אן עם הארץ!--יודל 14:36, 15 סעפטעמבער 2006 (UTC)
ביטע צייכנט אהן א מקור, ווייל פאר מיר זעהט עס אויס ווי נישט ריכטיג די ווערטער
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויטן רמב"ם מוז יעדער איד צווינגן די גוים דאס איינהאלטן, אבער לויטן רמב"ן איז דאס געוואנדען אויף א בית דין און נישט אויף סתם יחידים. אין גמרא שטייט עמד וימודד ארץ ראה הקב"ה אז זיי זענען נישט נזהר האט ער זיי נישט באצוונגען דערמיט.
כדי זאל זיין דער נומער "זיבן" האבן די חז"ל צוגעלייגט נאך אן איסור, נישט צו עסן א גליד פון לעבעניש פאר ווען מען האט איר גע'שחטן. דאס פארשטיי איך נישט פארוואס מוז זיין זיבען ?
- --יודישער שרייבער 21:23, 9 יולי 2007 (UTC)
- איך האב דאס געשריבן, און געדיינק נישט איצט די קלארע מקורות. איך מיין אז אזוי שטייט אויך אין דער העברעישער וויקיפעדיע. איסור אכילת אבר מן החי (תוספת של חז"ל) און יעצט זע איך אז אין דעם דאזיקן רעדן-בלאט האב איך שוין געצייגט דעם מקור. זע אויבן. ►רוני◄ 21:29, 9 יולי 2007 (UTC)
- איך פארשטיי נישט די ווערטער כדי זאל זיין דער נומער זיבן, פארוואס האט חז"ל געבאדרט אז איז זעקס, פארוואס מוז זיין זיבן, קען זיין אז זיי האבן געהאלטן אז איסור אכילת אבר מן החי באלאנגט אויך פאר די בני נח, אבער נישט דעם טעם כדי עס זאל זיין זיבן. איז דער נומער זיבן דער עיקר ?????--יודישער שרייבער 21:35, 9 יולי 2007 (UTC)
- ווייל זיבן אז א יידשער סימבאל. איך געדיינק נישט א צינד דעם מקור. איך וועל דאס איבערקוקן. ►רוני◄ 21:37, 9 יולי 2007 (UTC)
- איך פארשטיי נישט די ווערטער כדי זאל זיין דער נומער זיבן, פארוואס האט חז"ל געבאדרט אז איז זעקס, פארוואס מוז זיין זיבן, קען זיין אז זיי האבן געהאלטן אז איסור אכילת אבר מן החי באלאנגט אויך פאר די בני נח, אבער נישט דעם טעם כדי עס זאל זיין זיבן. איז דער נומער זיבן דער עיקר ?????--יודישער שרייבער 21:35, 9 יולי 2007 (UTC)
- איך האב דאס געשריבן, און געדיינק נישט איצט די קלארע מקורות. איך מיין אז אזוי שטייט אויך אין דער העברעישער וויקיפעדיע. איסור אכילת אבר מן החי (תוספת של חז"ל) און יעצט זע איך אז אין דעם דאזיקן רעדן-בלאט האב איך שוין געצייגט דעם מקור. זע אויבן. ►רוני◄ 21:29, 9 יולי 2007 (UTC)
- --יודישער שרייבער 21:23, 9 יולי 2007 (UTC)
עס איז מיר נישט מסתבר אז עס האט געברענט פאר חז"ל צולייגן א זיבעטע מצוה כדי ווייזן פאר די גוים א יידישער סימבאל, ברענג א מקור--יודישער שרייבער 21:38, 9 יולי 2007 (UTC)
- איך האב געפרעגט א חבר מיינער א תלמיד חכם און א ידען און ער זאגט אויך אז עס האט נישט קיין מקור. ►רוני◄ 00:29, 10 יולי 2007 (UTC)