רעדן:ארבוז
וואסערמעלאן - ארבוז - קאווענע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לדעתי איז דער דייטשער נאמען וואסערמעלאן דער מערסט פאפולערער, ארבוז איז גלאט א פויליש ווארט, קאווענע איז אומבעקאנט--יוסל 22:42, 1 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
- אויב רעכענט מען זיך מיטן לדעתי איז דאס בעסטער צוריקשטעלן צום ארגינעלן קעפל מעלאנע ווי גוגל צייגט אז דאס איז פיל מער פאפולער ווי וואסערמעלאן איך בין מודה אז ארבוז איז סתם געמאכט צו עפענען א שמועס דערוועגן אז מ'זאל מיינען אז דא טוט זיך עטליכע ניקס...--Chaim Shel 12:50, 2 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
יישר כח פאר אייער אויפמערקונג אבער וואסערמעלאן און מעלאנע זענען צוויי פארשידענע פרוכט--יוסל 19:02, 2 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
- קודם כל א יישר כוח פארן מיר אויך זאגן יישר כוח נישט נאר פארן אנדערן ניק. לענין: דערמאנסט דיר מיר פון דעם אנדערן ניק ער ערקלערט אייביג דע פאקטא סאיז איך בין אויך א מענטש פונקט ווי דיר. איך זאג נאר אז דא איז קודם געווען דער ווארט מעלאנע איידער סאיז געווארן געטוישט. מע'שמועסט זיך דא דורך נישט מענטפערט סאיז על כל פנים יישכ פארן דיך ארויסגעבן דעם אמת ווער דו ביסט. ארבוז איז נישט אידיש. דארף דאס צוריקגיין צום ארגינעלן קעפל, מעקען שרייבן ביים אנדערן קעפל ווי די דארטיגע דייטשע ווארט צוקער מעלאנע. בכל ענין שמועסט מען דא און הער אויף צו ענטפערן אייביג סאיז נישט אדער סאיז יא. א דאנק--Chaim Shel 12:51, 3 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
דער רעאקציע איז אביסל איבערגעטריבן פאר א "מענטש", סה"כ האב איך דיר אנגעוויזן צוויי פארשידענע לינקס פאר די צוויי פרוכט, פארשטייסט דאך אליין אז ביידע קענען נישט הייסן דעם זעלבן נאמען. ס'איז שוין צייט אז זאלסט אויפהערן צו ניצען דיינע פעהיגקייטן אויף נעגעטיווע געברויכן, ווען די וואלסט געקענט אין די צייט פיל מער צושטייער געבן פאזיטיוו. וקבל אמת ממי שאמרו.--יוסל 13:30, 3 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
- איך נעם אן דיין תוכחה (זעה: באַניצער רעדן:Chaim Shel#איך בין מקבל מוסר.) נעם דו ביטע אויך מיינס אז סאיז שוין דא איז נישט קיין תירוץ לאמיר דאס ביידע טוישן אויף מעלאנע איינס צולייגן צוקער ווי איך האב פארגעשלאגן. א דאנק--Chaim Shel 13:54, 3 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
כדי צו פארמיידן איבעריגע סיבובים איבער די יידישע נעמען פון פרוכט, האב איך אנטוויקלט א טאבעל אין דעם בלאט רשימה:פרוכט מיט א קאלאם אנדערע יידישע אויסדרוקן מען זאל קענען נעמען א קאנצענסוס פאר מען שרייבט, זעה דארט וואסער מעלאן--יוסל 14:17, 3 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
- א הערצליכן דאנק! נא וועלן מיר פארזעצען דעם שמועס דארטן--Chaim Shel 14:20, 3 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
דער ניק פוילישער ווערט געבעטן נישט צוריקדרייען שטימערהייט
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]און נאך מיך באשולדיגן אין וואנדאליזם...! זעה דעם ארונישן חוצפהדיגן קורץ ווארט! דאס איז געווען וואסערמעלאן איז ער איין שיינעם טאג אויפגעשטאנען און דאס באוועגענט צו ארבוז אן זיך דורכרעדן. דאס דארף צוריקגעשטעלט ווערן צום ארגינעלן קעפל און אויב פוילישער וועט רעדן ווי א נארמאלער מענטש קען ער באוועגן נאכאמאל נישט טאן אן רעדן. א דאנק--Chaim Shel 13:01, 27 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
- אויסמעקן א בלאט איז וואנדאליזם. --פוילישער 21:54, 28 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
- מאכן א רידיירעקט הייסט נישט אויסמעקן--Chaim Shel 15:13, 6 אָקטאָבער 2009 (UTC)