רעדן:אפרים פאדווא
אנטשולדיגט פולישער, מיט וואס איז דאס אנדערש פון אלע אנדערע קאנטראווערסיעס וואס ווערן דא געברענגט? דא גיב איך אייך א לינק צו א זייטל וואו איר קענט זעהן אלע אינפארמאציע דערוועגן http://www.padwachipasznis.com/
מיר האפן אז איר וועט דאס צוריקלייגן -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער פירהאנג וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
- כ'האב געליינט דעם בריוו, אבער איך זע נישט דעם נאמען פון רב פאדווא. --פוילישער 14:32, 10 אָקטאָבער 2010 (UTC)
ער האט מסדר געווען די קידושין וואס טייל האלטן אז די פרוי איז נאך א אשת איש און דעריבער איז עס א זנות, און די פארל וואוינען אין לאנדאן פירהאנג 09:22, 11 אָקטאָבער 2010 (UTC)
- ווער זאגט? וויקיפעדיע איז נישט דער ארט צו שרייבן יעדע לשון הרע וואס מען הערט אין דער מקווה. --פוילישער 12:35, 11 אָקטאָבער 2010 (UTC)
- אין פאקט איז נישט דא קיין איין רב אדער איין דיין, אדער איין בית דין, אדער יעדער סארט רבנישע קערפערשאפט איינער וואס קען לערנען, זאל זאגן אז די פרוי איז א אשת איש, הרב פאדעווע, איז דער הויפט רב אין לאנדאן, און איז אויפן פלאץ פון דעם גרוש, ער האלט ער דער גט איז א גט, קיין שום רב אין לאנדאן וואס איז נאנט צו דער גרוש זאגט נישט אנדערש, הרב חיים פלאהר פון מאנסי דער ראש הכולל און הרב יחזקאל גאלד צוויי פראמינענטע רבנים פון מאנסי, די צוויי זענען געווען אויפ'ן בית דין פון דעם גרוש, זיי האבן געהערט זיינע טענה'ס, זיי זענען דאס בית דין וואס דער גרוש האט געזאגט און געשריבן אז ער נעמט אויף זיך זייער פסק, זיי האלטן אז דער גט איז כשר, אויך רב לאנדסמאן דער מסדר הגט איז א ברייט באקאנטע בית דין אין מאנסי, וואס האט שוין מסדר געווען הונדערטער גיטין.
- אויך דער פעטער פון דעם גרוש הרב אליעזר חיים בלום וואס איז זיכער גיט באקאנט מיט דער פרשה, האלט אז דער גט איז כשר, הרב בלום איז היינט דער קאשויער רב, א אנגענומער רב אין אלע שיכטן און קרייזן ביי כלל ישראל, א גרויסער עסקן אין אסאך ענינים פון יהדות, א זוהן פון הרב רפאל בלום דער פריערדיגער קאשויער רב.
- דער איינציגער ערעור אויף דעם גט איז א יחיד, הרב אברהם שמואל יודא געשטעטנער, וואס ער טענה'ט ער איז א בית דין לערעורים דאס הייסט יעדער וואס איז נישט צופרידן מיט דעם פסק דין פון א בית דין, קען קומען צו איהם, ער וועט מערער זיין אויפן פסק, ער וועט מברר זיין אז דער בית דין האט נישט גוט גע'פסק'נט, דאס הייסט זיין בית דין באשטייט פון דעם וואס זיי פסל'ן אנדערע, פאר ער האט נאך אפילו אויסגעהערט דעם אנדערן צד,
- עס איז נישט דא אריין צו גיין אין דעם הינזיכט, אבער אלע בתי דינים האבן א נוסח פון "שטרי בירורים" וואס די בעלי דינים שרייבן אונטער, ווייל נאר אזוי קען מען מען מחייב זיין דעם בעל דין, ווען ער נעמט זיך אונטער צו פאלגן, אבער הרב געשטעטנער האט אויפגעשטעלט א ויצעקו קעגן דעם אנגענומען שטרי בירורים, און דערמיט שרייעט ער קעגן יעדן דין תורה. אין פאקט איז ער נישט קיין בית דין בכלל, איהר וועט נישט טרעפען קיין שום רבניש'ע קערפערשאפט אדער דיין וואס זאל זיך באציען ערנסט צו זיינע רייד. --יודישער שרייבער 19:50, 11 אָקטאָבער 2010 (UTC)
- עס איז וויכטיג צו וויסן אז די צוויי אידן וואס שרייבן בריוו קעגן הרב פאדווע, זענען צוויי מענטשן וואס האבן זעלבסט זיך גע'גט פון זייערע פרויען, זיי זענען פארווייטאגט פארוואס זייערע פרויען האבן זיי אפגעלאזט, דעריבער ווארפען זיי ארום צעטליך קעגן דעם ענין פון א גט, דער סטעיט דעפארטמענט אין אמעריקא האט גאנץ לעצטענס צוגענומען פון איינער פון זיי זיינע רעכטען צו האבן צוטריט צו זיין קינד, ווייל זיי זענען איבערצייגט אז ער איז נישט נארמאל [יעדער אין זיין שטאט וואו ער וואוינט ווייסט דערפון], און אוודאי האבן זיי נישט קיין סמיכה און קיין שום לעגעטימאציע פון תורה אדער פסק'נען שאלות. עס איז נישט דא קיינער וואס זאל זאגן אבער שרייבן אז זיי פארשטיין בכלל דעם פראצעדור פון א קידושין אדער גיטין וואס צומאל קען דאס זיין זייער פארוויקעלט, אנדערש אבער די רבנים וואס זענען פארמישט אין די פרשה זענען ברייט באקאנטע רבנים וואס טוהען אין קידושין און אין גיטין טאג טעגליך.--יודישער שרייבער 19:59, 11 אָקטאָבער 2010 (UTC)
געשטעטנער איז נישט דער איינציגסטער, ער איז נאר דער וואס שרייט ברבים. ווייל נישט יעדער איז גרייט זיך ארויסצושטעלן קעגן אזעלכע פראמינענטע רבנים און אויף לאנדעסמאן איז דאך שוין דא א בריוו פון סאטמארער רבי זצ"ל בעל ברך משה, וואס ער פסל'ט אלע זיינע גיטין ווייל זיי ווערן נישט געמאכט לויט די הלכה ציגרעטל 11:52, 12 אָקטאָבער 2010 (UTC)
- (איך נעם נישט קיין שטעלונג, איך ברענג נאר ארויס די מיינונג פון די אנדערע זייט מטבע). הרב פאדווא, ר' יחזקאל גאלד און ר' חיים פלאהר, ווי גרויס זיי זאלן נאר זיין, זענען זיי נישט בקי אין עניני גיטין וקדושין. זיי פארלאזן זיך נאר אויף לאנדעסמאן, וואס ווי מ'האט שוין דא דערמאנט איז דא ערנסטע עירעורים אויף זיינע אלע גיטין, וויבאלד ער צווינגט שלא כהלכה.
- עפ"י הלכה אויב ס'איז דא א ערעור, דארף מען דערויף ענטפערן. אזוי האט מען זיך געפירט אין אלע דורות און אזוי איז דער דעת תורה. און ס'איז בכלל נישט קיין אונטערשייד ווער עס איז מערער. און אדרבה ווי גרעסער דער רב איז, אלס מער ליגט אויף אים א חוב צו ענטפערן. בפרט ווען יענע זייט האט ארויסגעגעבן בירורי הלכה, און ווידעראום דער צד שכנגד נעמט אן א שווייגעניש.
- וועגן הרב געשטעטנער, ווייס איך נישט וואס איר ווילט מיט שטרי בירורין. אבער אלע זיינע מיינונגען, בירורי הלכה און שיעורים, קען מען הערן אויף די פאלגענדע טעלעפאן נומער 718-874-0082 אדער שטייער פריי 800-789-9037 צום ערשט הערט אויס וואס ער האט צו זאגן, און דערנאך אז איר קענט אים אפווענדן, זאלט איר שרייען וויפל איר ווילט פירהאנג 09:11, 13 אָקטאָבער 2010 (UTC)
- אנטשולדיגט פירהאנג הרב פאדווא, ר' יחזקאל גאלד און ר' חיים פלאהר, זענען גוט בקי אין הלכות גיטין און אין הלכות קידושין, זיי פארלאזן זיך נישט אויף לאנדסמאן, הרב פאדאווע זעלבסט איז מסדר גיטין און איז מסדר קידושין, ער איז דער רב הראשי פונעם ארטאדאסישן יודענטוהם פון לאנדאן, יעדער גט און קידושין גייט דורך זיין האנט, עס ווערט נישט געמאכט קיין גיטין אין לאנדאן אהן זיין צושטימונג. ר' יחזקאל גאלד און ר' חיים פלאהר זענען אויסגערופענע תלמידי חכמים און בקי אין די הלכות זיי זיצען אויף אסאך פרשיות פון גיטין, און זענען פון די גרויסע ת"ח אויפן געביט פון הל' קידושין. אויב ווייסט איהר נישט דאן זענט איהר נישט באקאנט מיט די ת"ח פון מאנסי.
- ווי קומט אריין ר' חיים פלאהר אין די פרשה ? ווייל דער גרוש האט נישט געוואלט פאלגן דעם בית דין פון לאנדאן, האט מען געזאגט פארן גרוש, ער זאל זיך אויסוועלן א בית דין, וואס ער וועט אונטערשרייבן שטרי בירורין אויף זיי, אז ער וועט פאלגן וואס זיי וועלן פסק'נען, ער וועט זיך אונטערווארפען אונטער זייער פסק, האט דער גרוש אויסגעוועלט א בית דין דריי רבנים, אויף דעם בית דין איז געווען ר' חיים פלאהר, און אונטערגעשריבן שטרי בירורין אז ער גייט זיי פאלגן, דער בית דין האט איהם אויסגעהערט און נישט גע'פסק'נט ווי ער האט געוואלט, נו וואס נאך קען מען טוהן, דער בית דין אין לאנדאן וויל ער נישט פאלגן, דער צווייטער בית דין וואס איז "זיין" בית דין, דער גרוש זעלבסט ער אליין האט אויסגעוועלט רב חיים פלאהר זאל זיין זיין בית דין, אבער אצינד וויל ער אויך נישט פאלגן, הרב לאנדסמאן איז שוין דער דריטער בית דין וואס האט אויך אזוי איינגעזעהן, דאס וואס איהר שרייבט אז ער צווינגט גיטין שלא כהלכה דאס איז נישט ריכטיג, ווייל ער און זיין בית דין זענען מברר אז עס איז געצווינגען לויט די הלכה אז צומאל מעג מען צווינגען איינעם צו געבן א גט. עס זענען אפשר דא תורה'מיינוגנען וואס האלטן אנדערש, זאלן זיי מברר זיין יעדער גט באזונדער צו מען האט געמעגט צווינגען צו נישט.
- זיין פעטער רבי אליעזר חיים בלום איז אויך א ריזן תלמיד חכם, האלט אויך אז עס איז א כשר'ער גט. אויך דארף דא געזאגט ווערן אז נישט בלויז די רבנים וואס זענען דא אויסגערעכנט האלטן אז דער גט איז כשר, אזוי האלטן אלע גרויסע רבנים, צווישן זיי דער בית דין פון עדה החרדית אין ירושלים, וואס זיי האבן געשריבן א בריוו, וואס ווערט באשטעטיגט אויך דורך דעם גרוש, זיין שרייבן אז דער בית דין וואס האט געהערט די טענות פונעם גרוש איז ריכטיג, און זייער פסק איז בינדעדנד פאר די בעלי דינים.
- אייער טענה אז אויב עס איז דא ערעור עפ"י הלכה דארף מען ענטפערן, איז ווען גערעכט ווען עס איז דא א עורעור, אבער דער ערעור מוז קומען פון א בן תורה, א תלמיד חכם, נישט פון ליידיג גייער, נישט פון מענטשן וואס קענען נישט לערנען, אזוי ווי דער דין פון "אחרי רבים להטות" מען גייט נאך רוב, ווער איז רוב, אויב עס איז דא הונדערט עמי הארצים און איין תלמיד חכם וואס קען, וועט מען זאגן מען מוז הערן דעם דעת תורה פון די הונדערט עמי הארצים ???????? די הונדערט עמי הארצים זענען נישט רוב, ווייל רוב ווערט גערעכנט לויט רוב "בני תורה", די זעלבע ביי א ערעור קען נאר זיין א פארשטענדליכער ערעור, א תורה'דיגן ערעור, נישט קיין נארישע ליצנות'דיגע ערעור, ווער מאכט אפ צו עס איז א גוטער ערעור צו נישט, א תלמיד חכם, נישט קיין פראסטער מענטש וואס קען נישט לערנען. ווייל אויב נישט עפ"י תורה קען מען טרעפן א ערעור אויף יעדן פסק, גאנץ פשוט עס געפעלט נישט פארן בעל דין און ער איז מערער דערויף. דעריבער איז נישט ריכטיג דאס וואס איהר שרייבט "ס'איז בכלל נישט קיין אונטערשייד ווער עס איז מערער", עס איז א גרויסע אונטערשייד.
- רב געשטעטנער האט טאקע א לעדער העט און א "האט ליין" וואס ער רעכענט אויס מראה מקומות און אדערסין פון תשובות וואס ער האלט אז מען קען מערער זיין, אבער ער איז נישט קאמפאטענעט מערער זיין, דאס איז זיין פאך, אזוי לאזט ער זיך הערן, עס איז ברייט באקאנט ביי אלע בתי דינים, ווען איינער פארלירט א דין תורה און דער פארלירער וויל נישט פאלגן דעם פסק דין, גייט ער צו "הרב געשטעטנער" און יענער האט שוין א האט ליין, און שרייט אז ער איז מערער. אבער קיין "איין" תלמיד חכם און בית דין רעכענט זיך נישט מיט איהם.
- איינער וואס "אלע" בתי דינים אין די גאנצע וועלט, פון ניו יארק ביז ארץ ישראל, פון לאנדאן ביז קאנאדע, רעכענען זיך נישט מיט זיינע טענה'ס, דער איז נישט בארעכטיגט צו האבן טענה'ס, מערער זיין אויף א פסק דין דארף א רב א דיין אדער א בקי בעניני גיטין וקידושין, ווער איז דער רב אדער דיין וואס איז מערער ?????????. פארקערט די עדה החרדית און זייער בית דין שרייבט גאר אז דער ערעור איז נישט קיין ערעור, עס קען נישט מערער זיין א גוי, עס קען נישט מערער זיין א עם הארץ, עס קען נישט מערער זיין איינער וואס קען נישט לערנען, און אפילו ער קען יא לערנען אויב קען ער נישט "ביידע" צדדים, קען ער אויך נישט מערער זיין.
- דאס וואס ציגערעטל שרייבט אז "נישט יעדער איז גרייט זיך ארויסצושטעלן קעגן אזעלכע פראמינענטע רבנים" דאס אליין איז א באווייז אז ער איז נישט גערעכט, ווייל אויב וואלט טאקע געווען "ערנסטע ערעורים" דאן וואלט שוין געווען בני תורה וואס וואלטן ווען געזאגט זייער מיינונג.
- איהר זאגט אז דער צד שכנגד נעמט אהן א שווייגעניש, דאס איז נישט אמת, דער צד שכנגד זאגט און ענטפערט קלאהר פאר יעדען בן תורה, הרב פאדאווע, הרב גאלד, הרב לאנדסמאן, אלע דריי ענטפערן פאר תלמידי חכמים און פאר די בני המשפחה וואס זענען אינטערעסירט צו וויסן, פאר עמי הארצים און מענטשן וואס וואס פראטעסטירן אין די גאסן מיט פאשקעווילן אדער פאר סתם נייגעריגע מענטשן זאגן זיי ווי דער דין איז "מען האט אונטערגעשריבן שטרי ברירורים, איך בין נישט מחויב צו זאגן מהיכן דנתני, פארקערט דער בעל דין איז מחויב צו פאלגן אלעס וואס מיר האבן גע'פסק'נט" ותו לא מידי. ווייל אויב זאלן זיי ענטפערן פאר די בעלי דין וועלן זיי דאס מוזען טוהען ביי יעדער דין תורה און גט. און זיי זענען דאס אוודאי נישט מחויב.
- אזוי ווי ביי יעדער דין תורה האט יעדער צד א רעכט אויסצונוצען זיינע תורה'דיגע רעכטען פארן דין תורה, ער קען פארלאנגען ווער ער וויל דער בית דין זאל זיין, און וויאזוי זיי זאלן צו גיין צום דין תורה, אבער איינמאהל דער בעל דין האט אונטערגעשריבן אויף די שטרי בירורים אז ער גייט פאלגן אלעס וואס בית דין הייסט, איז ער מחויב צו פאלגן, טענה'ס אויפן בית דין קען מען האבן פארן אונטערשרייבן נישט נאכדעם וואס מען האט אונטערגעשריבן און מסכים געווען, און ווען מען זעהט בית דין פסק'נט נישט ווי ער וויל קומט ער מיט טענה'ס. דאס איז דאך די סיבה פארוואס מען האט געמאכט אזא זאך ווי שטרי בירורים, אז די טענה'ס זאלן נישט זיין ווערד נאכן פסק דין, עס איז פארפאלן מען מוז מקבל זיין דעם פסק דין פון בית דין. אלע טענות פון דעם גרוש פאלן אויף טויבע אויערן, ווייל מען האט איהם אויסגעהערט אזוי ווי ער האט געוואלט, אצינד האלטן די רבנים אז מיט דעם אלעם איז ער נישט גערעכט.
- פון מיין זייט איז די טעמע א געשלאסענע. --יודישער שרייבער 19:50, 13 אָקטאָבער 2010 (UTC)
איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט איר לעבט, אבער דאס איז א פאקט וואס יעדער קען זיך איבערצייגן. ר' חיים פלאהר טוט בכלל נישט אין הוראה, און ר' יחזקאל גאלד פסק'עט נישט אין אהע"ז. אדרבה פרובירט זיי אליין צו פרעגן, וועלן זיי אייך זאגן אז זיי האבן נאכנישט דורכגעלערנט אהע"ז. און דאס זעלבע איז מיט הרב פאדווא, ער איז נישט קיין מסדר גיטין, אלע גיטין אין לאנדאן ווערן מסודר דורך הרב דוננער. און מאכט נישט קיין טעות, דאס נעמט גארנישט אוועק פון זייער גדלות בתורה, ר' יחזקאל גאלד איז א געוואלדיגער ת"ח און א גרויסער בקי אין או"ח און אין יו"ד, און ר' חיים פלאהר איז א בקי בש"ס, נאר הל' גיטין האבן זיי נישט געלערנט, דעריבער פארלאזן זיי זיך אויף לאנדעסמאן וואס האט יא געלערנט. ציגרעטל 21:46, 17 אָקטאָבער 2010 (UTC)