לדלג לתוכן

רעדן:יידישער וועלט קאנגרעס

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רעדן:אידישער וועלט קאנגרעס)

גוגל זאגט מיר אז מען זאגט אן א' אידישע - אנשטאט א יי' יידישע. א דאנק--ווארצגאנג 15:35, 5 פעברואר 2009 (UTC)

אידישער וועלט קאנגרעס - 4 רעזולטאטן
יידישער וועלט קאנגרעס - 9 רעזולטאטן
--פוילישער 00:27, 6 פעברואר 2009 (UTC)
איר זענט גערעכט!! אפילו דער אלגעמיינער איז א היינטיגער שריפט זושרנאל און געווענליך א צייטונג שטעלט זיך מער צוה צום דקדוק אויסהאלט, אבער עס איז מער דא רעזולטאטן פארקערט, איך שעם מיך אז איך האב נישט געהעריג דורכגעטאן די רעזולטאטן נאר אויבן אויף א גרויסן דאנק פאר די מוה און פלאג נאכצוגיין פונקטליך וואס איז מער.--ווארצגאנג 14:47, 9 פעברואר 2009 (UTC)
אױב google גיט װײניקער װי הונדערט רעזולטאַן קען מען סײַ װי סײַ נישט אױף דעם בױען. אױך דאַרף קומען די רעזולטאַטן פֿון אַלגעמײנע ײדישע װעבזײַטלעך, און נישט פֿון פֿאַרמאַכטע קהילות. ►רוני◄ 17:24, 9 פעברואר 2009 (UTC)
איך וויל נישט אריינגיין דא ווער איז מער פארמאכט הרב יוסף יצחק יעקאבסאן שליט"א אדער די אידישיסטן וואס וויסן נישט א ווארט אידישקייט. אבער אייער נייער גזירה דא האט מיך יא געמאכט רעאגירן: איר שרייבט אויב גוגל גיט ווייניגער ווי 100 רעזולטאטן טאר מען נישט פאריכטן - שוין דאס וועל איך דא טאטאל איגנארירן - אייער חוצפה צו שאפן נייער פאליסי אן זיך דורכרעדן בכלל מיט די קהילה.
אבער לאז איך זיין זייער קלאר פארוואס אזא עצם גזירה נישט איז אפגעפרעגט מיניה וביה, קודם כל צוליב דאס עצם געבורט וויאזוי דאס ווערט איצט דא געשאפן אן די ראן סתם אזוי זיך אנרופן נאכער וואס איז שוין געשאפן א קאנסענסוס צווישן מיר מיט פוילישער אויף דעם בלאט און קיינער האט אייך נישט געפרעגט זיך אנרופן לענין ווייל דער ענין איז סיי ווי סיי געשליכטעט, דאס הייסט איר זענט דא געקומן רעדן בלויז צו דיריגירן און בעלעבאטעווען. - ווייל לגבי דאס עצם שורה וואס איר האט זיך דא אנגערופן פלאנט איר דאך דאס קיינמאל נישט איינהאלטן אויף זיך און פאר זיך, ווייל איר האט שוין דא געמאכט פילע פאליסיס וואס איר זעלבסט האלט נישט איין. ווי למשל נישט באוועגן יענעם'ס ארבייט אן זיך דורכרעדן. מאכן דא נאר לויט די ווערטערבוך אפילו רוב ווילן אנדערשט און זעה ביי װיקיפּעדיע רעדן:פאליסן און אנווייזונגען אז דו ביסט א מיעוט און אפילו די ווערערבוך זאגט נישט ווי דיר. אדער נישט אטאקירן פערזענליך אנדערע באנוצער. זעה דא ווי מיאוס און נידעריג דו פארלירסט יעדן'ס מענטשליכן קאנטראל, די וויקיפעדיע פאליסי פארלאנגט פון דיר זאלסט דאס מעקן ווען דו באקומסט צוריק מענטשליכע קאנטראל איבער דיין געוויסן. א.א.וו. צענדליגע דוגמאות וואס איך קען אייך ווייזן פערזענליך אין אי-מעיל וואס איר זענט אחד בפה ואחד במעשה איז האט דאך נישט א פשט אנעמען דאס איצטיגער נייער באפעל.
אבער מער לענין איז אזא נייער גזירה אפגעפרעגט פון לכתחילה ווייל ערשטענס כל אידיש אויפן וועב איז נאך גאר ארים קיין איין ווארט האט נאך נישט מער פון טויזענט תוצאות, און צום תכלית וואס וועט געשען אויב מ'וועט טרעפן פונקטליך 999 תוצאות קעגן 0 זאגט דאך סיי ווי די שכל אז 1000 איז לאוו דוקא נאר אזוי שרייבט מען, איז אלזא וואס די חילוק אז מזעהט א באדייטענער רוב שרייבט איין וועג אין א אפגעפרעגטער יחיד שרייבט פארקערט ווי די רבים? אלא מאי דער ענדע איז סייווי סיי אז מ'דארף זיך געהעריג דורכרעדן און נישט טאן געאיילטע באוועגונגן. און אויף דעם האב איך חרטה אז איך האב באוואגן אן געהעריג דורכטאן מיט די באטרעפענדע באנוצער דעם קעפל. א דאנק.--ווארצגאנג 16:32, 10 פעברואר 2009 (UTC)
איך בײַט מײַן נוסח: אױב google גיט װײניקער װי הונדערט רעזולטאַן קען מען סײַ װי סײַ נישט אױף דעם בױען. אָדער דאַרף קומען די רעזולטאַטן פֿון אַלגעמײנע ײדישע װעבזײַטלעך, און נישט פֿון פֿאַרמאַכטע קהילות. ►רוני◄ 00:51, 11 פעברואר 2009 (UTC)

אָנהייבן אַ דיסקוסיע וועגן יידישער וועלט קאנגרעס

אָנהייבן אַ דיסקוסיע