רעגן
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון רעגענען)
רעגן איז איינע פון די ערליי פליסיגקייטן וואס פאלן פון הימל אויף דער ערד, אנדערע פליסיגקייטן זענען, שניי, הוגעל אין טוי. רעגן פארמירט זיך ווען באזונדערע טראפן פון וואסער פאלן פון די וואלקנס אויף די ערדס אויבערפלאך. נישט אלע רעגנס גרייכן די ערדס אויבערפלאך, טייל וועפן אויס בשעת זיי פאלן דורך די טרוקענע לופט. ווען גארנישט גרייכט די גרינד, רופט זיך עס ווירגע, א זאך וואס פאסירט אסאך אין די הייסע טרוקענע מדבריות.
- עס פלאנצט אן די ערד זאל ארויסגעבן תבואה צו עסן.
- עס געט דאס וואסער פאר די וועלט, און אן וואסער קענען באשעפענישען נישט אנגיין ביים לעבן.
- עס מאכט ריין די וועלט מיט אירע גאסן, פירט אוועק אלע פאשקעווילן און קלעבאכצער וואס פארעקלען די מענטשן וואס שפאצירן אויף איר, אויך רייניגט דאס די קארן און באנייט די וועלט.
נישט אלע רעגן וואסער גרייכט דער ערד, אסאך ווערן פארטרוקענט אויפן וועג איידער עס גרייכט איר ציל.