רומענישע נאַציאָנאַליטעט געזעצן

פֿון װיקיפּעדיע

 

די רומעניש נאַציאָנאַליטעט געזעץ רעדט ספּעציפיעל וועגן רעכט, פליכט, פּריווילעגיעס און בענעפיטס צווישן רומעניע און דעם יחיד.דאָס רומעניש נאַציאָנאַליטעט געזעץ איז באַזירט אויף jus sanguinis ("רעכט פון בלוט"). די יעצטיגע בירגערשאַפט פּאליטיק אין רומעניע איז לויט דעם רומענישן בירגערשאפט געזעץ, וואס איז אנגענומען געווארן דורך דעם רומענישן פּאַרלאמענט דעם 6-טן מערץ, 1991, און די קאָנסטיטוציע פון רומעניע, וואָס איז אָנגענומען געוואָרן דעם 21-טן נאָוועמבער, 1991.

הינטערגרונט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רומעניע איז געווען אונטער קאָמוניסטישע הערשאַפט צווישן 1947 און 1989. אין די ערשטע פאַזען פון קאָמוניזם, זענען די פּרינציפּן פון Jus Sanguinis געװען אונטערגעשטרײַכט און א שטאַרקן געפיפיל פון נאציאנאליזם, איז געפאָדערט געװאָרן פון אַלע רומענישע בירגערס. אינטערנאציאנאלע מיגראַציע איז געווען שטרענג קאָנטראָלירט דורך דעם רעזשים און די באפעלקערונג איז געווען אונטער שטרענגע אָבסערוואַציע. [1] דאס געזעץ פון 1971 איבער רומענישע בירגערשאַפט האט אונטערגעהאלטן די פּרינציפּן און אויסגעדריקט די העכערקייט פון רומענישער בירגערשאפט. ״געזעצ נומער 24 װעגן רומענישער בירגערשאפט, פון דעצעמבער 1971, האט באשטימט אז קינדער פון א רומענישער פרוי, װערן אויטאמאטישע צוגעשריבן רומענישע בירגערשאפט, אומאָפּהענגיק דעם פאטערס בירגערשאפט . [1] אַרטיקל 5 פון די געזעץ לייענט: "ווי אַן אויסדרוק פון די שייכות צווישן עלטערן און קינדער, פון די כּסדר'ן קאָנטינויטעיט, אויף די פאטערלאַנד פון פריערדיקע דורות וואָס האבן געקעמפט פאַר געזעלשאַפטלעך און נאציאנאלע פרייהייט, קינדער וואס זענען געבוירן פון רומענישע עלטערן אויף די טעריטאָריע פון דער סאציאליסטישער רעפובליק פון רומעניע זענען רומענישע בירגערס." [1] דאס געזעץ נעמט אויך אויס אַ תנאי אַז "דער פּרעזידענט פון דער רעפּובליק אַליין, ווי פארשטייער פון דער עקזעקוטיווער אויטאָריטעט... "קען שענקען אָדער צוריקציען רומענישע בירגערשאַפט. [1]

די עקאָנאָמישע און סאָציאָלאָגישע־פּאָליטישע קריזיסן פון די יאָרן אינעם 1980 יאָרצענדלינג האָבן מיט זיך געברענגט אַן ענדערונג אין פאַרשטאַנד פון רומענישער האָמאָגעניטעט. צווישן די אונגאַרישע און רומענישע פעלקער איז אויפגעקומען אַ קאָנפליקט, און אַ צעמישעניש צווישן בירגערשאַפט און נאַציאָנאַלער אידענטיטעט האָט געפירט צו פילע פראַגעס וועגן די גרענעצן פון פאָלק, און די רעכטן פון אונגאַרישע מינאָריטעטן וואָס וואוינען אין רומעניע. [1] נאָך דעם פאַל פון קאָמוניזם אין מזרח אייראָפּע אין 1989, בירגערשאַפט געזעצן אין רומעניע זענען אַנולירט געוואָרן אין דער נייער געגרינדעטער קאָנסטיטאָציע. [1] אינטעראקציעס צווישן די בירגערשאפט פּאליטיקן פון די פארשידענע מזרח-אייראפעישע לענדער האבן אויפגעצויגן נייע דיסקוסיעס וועגן צוויי-בירגערשאפט, וואס איז געווענטליך געווען פארבאטן פאר רומענישע בירגערס. [1]

דער יסוד פון דעם יעצטיקן געזעץ[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די רומענישע נאַציאָנאַליטעט געזעץ איז געגרינדעט אויף די געזעלשאַפטלעך פּאָליטיק פון jus sanguinis דורך וואָס נאַציאָנאַליטעט אָדער בירגערשאַפט איז נישט באשלאסן דורך געבורטסאָרט, נאָר דורך די בירגערשאַפט פון איינעמס אבוס. עס מאַכט אַ קאָנטראַסט צווישן jus soli ("רעכט פון באָדן"), אין וואָס בירגערשאַפט איז באשלאסן דורך איינערס געבורטסאָרט.

אין פּרט פון אונטערגעווארפענע קינדער,די רומענישע נאַציאָנאַליטעט געזעץ אינקארפארירט אַן עלעמענט פון jus soli. אונטערגעווארפענע קינדער, װעלכע געפינען זיך אין רומעניע, װערן באטראכט וואו א רומענישער בירגער, ביז אנדערש ווערט אויפגעוויזן. [2]

דאס געזעץ[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון אַרטיקל #5; געזעץ 21 – די קינדער וואס זענען געבוירן פון רומענישע בירגערס אויף רומענישער טעריטאָריע זענען רומענישע בירגערס. [3] נאך מער ווי דעם, רומענישע בירגערס זענען אויך די וואס:

  • זענען געבוירן אויף רומענישער טעריטאָריע, אַפילו אויב נאָר איינער פון די עלטערן איז אַ רומענישער בירגער;
  • זענען געבוירן אין אויסלאנד מיט לפּחות איינער פון די עלטערן מיט רומעניש בירגערשאַפט.

רומעניש בירגערשאַפט קען אײַנגעשאַפט זיין נאָך אַכט יאָר פון איינוואוינען אין דער מדינה בשעתן ווײַזן אַ פליסיקע וויסן פון די רומעניש שפּראַך און וויסן פון רומעניש קולטור.

קריגן רומענישע בירגערשאפט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בירגערשאַפט אין רומעניע קען אײַנגעשאַפט זיין דורך פיר מעטאָדען: געבורט, אַדאָפּטירונג, אײ‏ַנוואוינען און בעטן.

  • געבורט: אַלע קינדער געבוירן צו רומענישע בירגערס קריגן בירגערשאַפט פון געבוירן אָן. דאס קינד קען זיין געבוירן אויף רומעניש טעריטאָריע אָדער אין אויסלאנד און בלויז איינער פון די עלטערן מוז זיין אַ רומענישע בירגער. אין דערצו, יעדער קינד וואָס געפונט זיך אויף רומענישער טעריטאָריע ווערט געגעבן בירגערשאַפט אויב קיין פון די עלטערן זענען באקאנט. [4]
  • אאַדאָפּטירונג: בירגערשאַפט ווערט געגעבן צו יעדעס קינד וואָס איז אנגענומען על־פּי דין דורך רומענישע בירגערס. אויב בלויז איין פאָסטער פאָטער איז אַ רומעניש בירגער, דאס קינד איז נאָך ראָוי צו רומענישער בירגערשאַפט און די באַשלוס איז געמאכט דורך די פאָסטער עלטערן. אויב זיי זענען נישט ביכולת צו דערגרייכן אַ קעגנצייַטיק הסכּם, דאס קוואַליפיצירטעס געריכט פון געזעץ וועט באַשליסן. אויב דאס קינד איז 14 יאר אַלט אָדער עלטער, זייער צושטימען איז נויטיק. [4]
  • אײ‏ַנוואוינען: יעדער מענטש וואס האט פאַרלוירן רומענישע בירגערשאַפט קען צוריקקריגן בירגערשאַפט אויב ער וויל. [4] אין דערצו, יעדעס קינד אָדער אייניקל פון עמעצער וואס האט פאַרלוירן זייער בירגערשאַפט איז באַרעכטיקט צו אײ‏ַנוואוינען אין רומעניע. [5]
  • אײַנשאַפן דורך בעטן: בירגערשאַפט קען זיין געגעבן צו אויסלענדער אָדער אַ מענטש אָן קיין בירגערשאַפט וואָס זענען ארײַנגערעכנט אין איינער פון די פאלגענדע דריי קאַטעגאָריעס:
    • איז געבוירן געוואָרן אין רומעניע און וואוינט יעצט דאָרט;
    • האט געוואוינט אין רומעניע כאטש אכט יאר; אָדער
    • האט געוואוינט אין רומעניע און האט חתונה געהאט מיט א רומענישן בירגער פאר כאטש פינף יאר.
אַפּליקאַנטן מוזן אויך זיין בייַ מינדסטער 18 יאר אַלט און האָבן אַ גוט פארשטאנד פון די רומעניש שפּראַך און קולטור. [4]
עס זענען פארהאן אַ נומער פון באגרעינעצונגען וואָס קענען אוועקנעמען ביז האַלב פון די צייט פאדערונגען צו באַקומען רומענישע בירגערשאַפט, אַזוי ווי אויב דער אַפּליקאַנט איז אַן אינטערנאַציאָנאַלע דערקענט פּערזענלעכקייט; דער אַפּליקאַנט איז אַ בירגער פון אַ מיטגלידשטאט פונעם אייראפעישן פארבאנד ; דער אַפּליקאַנט האט באקומען פּליטים סטאַטוס ; אָדער דער אַפּליקאַנט האט אינוועסטירט אין רומעניע מער פון €1,000,000. [6]
  1. a b c d e f g ציטירן גרײַז: אומגילטיגער <ref> טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמען Iodarchi2002
  2. Article #5; Romanian Nationality Law; Law no. 21/1991; republished in 2010.
  3. Romanian Citizenship · Romanian Passport » Romanian Citizenship Law. Romanianpassport.co.il.
  4. a b c d Romanian Citizenship. ציטירן גרײַז: אומגילטיקער <ref> טאג; נאמען "passport" דעפֿינירט מערערע מאל מיט אנדער אינהאלט
  5. [Katherine Verdery Katherine Verdery] Check |url= scheme (עזרה).  Missing or empty |title= (עזרה)
  6. Law on Romanian citizenship. Council of Europe.