רב נטרונאי גאון

פֿון װיקיפּעדיע

רב נטרונאי גאון בר ליהאי (ד'תרי"ג - ד'תרי"ח, 859 – 869), גאון אין סורא, פאַראַן פון אים אַ סך תשובות װעגן מנהגי בית הכנסת און נוסחאות פון תפילות און פּיוטים; ער ברענגט די פּיוטים װאָס שטאַמען פון קליר; ער ברענגט דעם מנהג פון שלאָגן כפּרות; ער איז אַרױסגעטרעטן שאַרף קעגן די קראים.

מען דערציילט אויף אים, אַז ער האָט געהאט קפיצת הדרך פון בבל קיין פראַנקרייך; רב עמרם גאון אין זיין סידור (סדר) ברענגט פון אים אַ סך מנהגים און תשובות.

קוואלן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]