לדלג לתוכן

אברהם מרדכי אלטער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רבי אברהם מרדכי אלתר)
אברהם מרדכי אלטער
געבורט 25 דעצעמבער 1866
גער, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 3 יוני 1948 (אלט 81)
ירושלים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב אברהם מרדכי אַלטער מגור גערופן דער "אמרי אמת" הייליגער (ז' טבת ה'תרכ"ו - ו' סיון ה'תש"ח) איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל גער אין פּוילן, וואו ער האָט געוואוינט כמעט זײַן גאנצע לעבן. צו זײַן געבורט האָט זײַן עלטער־זיידע דער חידושי הרי"ם נאָך געלעבט, אָבער ער איז נפטר געוואָרן אַ פּאָר חדשים שפעטער.

ער האָט חתונה געהאַט אין (ליטוויש) ביאַלע אין יאָר ה'תרמ"א. זײַן שווער איז געווען ר' נח טשאַרני (שחור), פֿון די חשובסטע גערער חסידים אין ביאַלע.

וועגן זײַן גדלות אין תורה נאָך אין זײַנע גאָר יונגע יאָרן האָט מעיד געווען דער וויערשאווער רב אויף אים אַז ס'איז נישט געווען קײן ספר אין זײַן ספרים שטוב וואָס ער זאָל נישט האָבן דורכגעזען.[1]

נאָך דער פטירה פֿון זײַן פֿאָטער דעם „שפת אמת" האָבן כמעט אַלע גערער חסידים אים אויפֿגענומען אַלס רבי. העכער פֿערציג יאָר איז ער געווען דער מנהיג פֿון די גערער חסידים. אין די יאָרן פֿון זײַן רביסטווע איז גער געוואָרן דאָס גרעסטע חסידות אין גאַנץ פּוילן. ער איז אויך געווען איינער פֿון די מייסדים פֿון אגודת ישראל.

ער האָט פאַרמאָגט אַ סאַך ספרים, און זײַן ביבליאָטעק פון ספרים איז געווען פון די גרעסטע פּריוואַטע זאַמלונגען פון ספרים אין דער וועלט, נאכן מנחת אלעזר ממונקאטש.

אין אָנהייב דער צווייטער וועלט קריג האָט ער זיך געצויגן קײַן וואַרשע, אָבער די רשעים ימ"ש האָבן אים שטאַרק געזוכט. אין יאָר ה'ת"ש האָבן די חסידים מצליח געווען צו באַקומען דאָקומענטן בכדי ער מיט געציילטע מענטשן פֿון זײַן משפחה זאָלן האָבן רשות ארויפצופארן קײן ארץ ישראל, וואָס אין יענער צײַט האָט געהייסן פּאַלעסטינע אונטער בריטישער הערשאַפֿט.

בשעת ער איז נפטר איז נישט געווען מעגליך צוצוקומען צום בית עולם אויפן הר הזיתים צוליב דער מלחמה וואָס האָט געהערשט צווישן ארץ ישראל און די אַראַבישע לענדער. האָט מען אים באַגראָבן אין אַ קבר אין דעם חצר פֿון דער ישיבה „שפת אמת" אין ירושלים, וואו ער ליגט ביז צום הײַנטיגען טאָג.

ווען הר"ר אברהם מרדכי איז געוואָרן רבי האָט ער אײַנגעפֿירט אין זײַן בית־המדרש אין גער צו דאַווענען שחרית שבת אינדערפרי 7.30. דאָס איז געווען אַ גרויסער חידוש – אין די יאָרן פון די פריערדיקע רבי'ס פלעגט מען לערנען שעה'ן לאַנג אַלס הכנה צום דאַווענען, און ערשט אָנגעהויבן שחרית אַסאַך שפּעטער. ער האָט אויך אײַנגעפירט אַ שעה הפסקה בײַם שבתדיקן דאַווענען, סײַ פרײַטיק צונאַכט (פאַר כגוונא), סײַ שבת אינדערפרי (פאַר קריאת התורה), כדי מ'זאָל זיצן און לערנען.

רבי אברהם מרדכי האָט חתונה געהאַט בזיווג ראשון מיט חיה ראָדאַ טשאַרני (שחור) פון ביאַלע. זייערע קינדער זענען:

  • הרב מאיר אַלטער (ה' ניסן תרמ"ג - ת"ש (אומגעפער))
  • מרת פייגא (כ"ד תשרי תרמ"ה - כ"ד תשרי תרפ"ד), דאָס ווײַב פון הרב יצחק מאיר אַלטער (אַ זון פון רבי משה בצלאל אַלטער)
  • הרב יצחק אַלטער (פסח תרמ"ח - י"ז מרחשון תרצ"ה)
  • מרת אסתר (סיון תרמ"ט - י"ח ניסן תש"ג), דאָס ווײַב פון רבי פישל היינא
  • מרת דבורה מאַטיל (י"א טבת תרנ"ב - כ' תמוז תשמ"א), דאָס ווײַב פון רבי יצחק מאיר לעווין
  • רבי ישראל אַלטער (כ"ד תשרי תרנ"ה - ב' אדר תשל"ז), דער "בית ישראל" פון גער
  • רבי שמחה בונם אַלטער (כ"ג ניסן תרנ"ח - ז' תמוז תשנ"ב), דער "לב שמחה" פון גער
  • מרת בריינדל (אומגעקומען אין חורבן אייראָפּע), דאָס ווײַב פון רבי שלמה יאָסקאָוויטש

זײַן צווייטן זיווג איז געווען מרת פייגא מינטשא בידערמאַן, אַ טאָכטער פון זײַן שוועסטער; זיי האָבן געהאַט איין זון:

דער רבי האָט געשריבן אַסאַך תורה אָבער איז רובא דרובא פֿאַרלוירן געגאַנגען אין די קריג יאָרן. נאָך זײַן פטירה האָט זײַנס אַן אייניקל געדרוקט די איבערגעבליבענע תורות אין א סעריע ספרים וואָס הייסן „אמרי אמת". זײַט דעמאלסט רופֿט מען דעם גערער רבי'ן ר' אברהם מרדכי מיטן נאָמען „אמרי אמת".

הרה"צ ר' חנוך העניך פֿון אַלעקסאַנדער (חשבה לטובה)

הרה"צ ר' יהודא אריה לייב (דער שפת אמת) – אַן אייניקל פונעם "חידושי הרי"ם".

הרה"צ ר' אברהם מרדכי (דער אמרי אמת) - אַ זון פונעם שפת אמת.

הרה"צ ר' ישראל (דער בית ישראל) - אַ זון פון רבי אברהם מרדכי.

הרה"צ ר' שמחה בונם (דער לב שמחה)- אַ זון פון רבי אברהם מרדכי.

הרה"צ ר' פנחס מנחם (דער פני מנחם)- אַ זון פון רבי אברהם מרדכי.

הרה"צ ר' יעקב אריה (דער הײַנטיקער רבי שליט"א) - אַ זון פון רבי שמחה בונים.

פֿריערדיגער:
הרב יהודה אריה לייב אלטער
"שפת אמת"
דער גערער רבי
תרס"ה-תש"ח
נאָכפֿאלגער:
הרב ישראל אלטער
"בית ישראל"
  1. דאס אידישע ווארט
  • ראש גולת אריאל