ראנדקעווען
מראה
ראַנדקעווען (פון פויליש: Randka ראַנדקאַ), אדער א באשוי, איז א פֿאַזע אין סאציאלע פארהעלטענישן וואו א מאנסביל און א פריילין טרעפן זיך אויף א ראַנדקע צו שאצן זיך אנאנד צי זיי זענען צוגעפאסט צו הייראטן. די ראנדקע קען זיין א שפאציער צוזאמען, אן אויספלוג אדער זיי עסן א מאלצייט צוזאמען. א בלינדע ראנדקע איז ווען צוויי מענטשן קומען צוזאמען וואס בכלל קענען זיך נישט און האבן נאך נישט קיין שייכות צוזאמען.
ביי יידן און נאך א סך קולטורן איז איינגעפירט אז א דריטער פארטיי, א קרוב משפחה אדער א שדכן, זאל פארשטעלן די ראנדקע. לעצטנס האט זיך געמאכט אויפן אינטערנעץ ראנדקע וועבזייטלעך וואו קען זיך טרעפן. למשל די וועבסייט איך האב דיך געזען ביים בארג סיני;