קערפער שפראך
קערפער שפראך (באדי לענגיוטש) איז א קאמיוניקאציע מיטל, ניצענדיג די קערפער מיט אדער אהן די מויל שפראך.
צולייגען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
קערפער-שפראך זענען אויסדריקען אויפ'ן גוף אדער אויפ'ן פנים ווי א שמייכעל, א בלינק מיט די אויגען, אדער א קוועטש מיט די נאז א דריי מיטען פינגער (שבכל הלילות). רוב באוועגונגען און אויסדריקען נעמען מענטשטען נישט אין אכט. ס'איז דא באמערקבארע און אומבאמערקבארע אויסדריקען אויסדריקען וואס מ'קען צוריקהאלטען אין וואס מ'קען נישט צוריקהאלטען.
- דאס איז די איינציגסטע שפראך גלייך פאר אלעמען, א שמייכעל איז א שמייכעל איבעראל, אין א גרימאס פנים איז אויך די זעלבע, באשעפענישען פארשטייען
- אפילו בלינדע וואס האבען קיינמאל נישט געזען קיין שמייכעל שמייכלען די זעלבע
קערפער-שפראך באניצער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
די באוועגונגען פינעם קערפער געבען שטארק צו צו א שמועס עס צו מאכען אויס לאנגווייליג דאס ברענגט מענטשען זאלען זיך וועלן באקענען מיט דיר און דאס ברענגט זיך צו דערווייטערן ס'הארגעט אוועק פארבינדענישען פון לאנגע יאהרען
- דאס איז איינע פון די וועגען ווי אזוי מ'טרענירט חיות און ווי אזוי חיות פארשטייען זייערע בעלי בתים
- דאס געבט צו צום ריטאריק פין א רעדנער אז די עולם זאל נישט שנארכען אינמיטען זיין רעדע און אפילו פון מאהל צומאהל צוווארפען א שמייכעל און אנדערע ווערטער דער אויפטרעטער ניצט די אויסדריקען צו באאיינפלוסען דעם עולם אויף סיי וואספארא אופן ס'זאל צוגעבען צום טאהן אדער צום געשפאנטקייט און געשמאקייט פונעם סיטואציע.
- מ'לייגט ארויף אויפ'ן עדווערטייזמענט א בילד פון וואס מ'וויל אז ס'זאל אומבאמערקבאר אפעקטירען די אויג וואס זעיט דאס
- מ'מאכט נאך מענטשען מיט זייערע באוועגונגען
- קערפער-שפראך ביי בילדער מיינט מ'שטעלט זיך אין א פאזע, מיט: זאג - טשיז!!!
- סעילס לייט באניצען זיך אפט מיט די קערפער-שפראך צו אבזערווירען זייערע קונדען
- קורצע מעסעזשעס ווערן אזוי איבערגעגעבען
- פסיכאלאגען באבאכטען זייערע קונדען און דאס העלפט זיי דיאגניזירען
אויסדריקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
ציטערן: די פיס שאקעלט (ציטערט).