קענאן

פֿון װיקיפּעדיע

קענאן (キヤノン株式会社, קיאַנאן קאַבושיקי גאַישאַ) איז א יאפאנעזישע מולטי־נאציאנאלע פירמע וועלכע פראדוצירט אלע סארטן בילד־מאכן און אפטישע פראדוקטן, א שטייגער ווי קאמערעס, ווידעא אפאראטן, טעלעוויזיעס, קאפי מאשינען, סקענערס, פרינטערס, און נאך.

די פירמע איז געגרינדעט געווארן אין 1937, און זיי זענען היינט צוטאגס דער גרעסטער קאמערע פראדוצירער אין דער וועלט. זיי פארמאגן איבער 25,000 ארבעטער. זייער הויפטקווארטיר געפינט זיך אין טאקיא, יאפאן

עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז רוב פון די פירמעס פראפיטן זענען נישט פון קאמערעס, נאר פון אפיס פראדוקטן (ווי קאפי מאשינען, פרינטערס, סקענערס וכו)