קוילן זייערס
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון קארבן דייאקסייד)
דאס קוילן־זייערס (כעמישע פארמל: CO2) איז א כעמישע פרעפאראט פון א קוילנשטאף אטאם מיט צוויי אקסיגען אטאמען. נארמאל איז דאס א גאז אין סטאנדארט טעמפראטור און דרוק.
קוילן־זייערס ווערט נישט פליסיג, אבער עס ווערט סאליד ווען די טעמפעראטור איז אונטער -78 °C. ווען עס איז הארט (סאליד) ווערט עס גערופן טרוקן אייז.
פלאנצן נעמען אריין קוילן־זייערס צו מאכן עסן, אין א פראצעס וואס הייסט פאטאסינטעז.
פראדוקציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אינדוסטריעלער קוילן־זייערס ווערט פראדוצירט אין איינעם פון זעקס פראצעסן:[1]
- פארכאפן נאטירלעכן קוילן־זייערס קוואלן
- ווי א ביי־פראדוקט פון וואסערשטאף פראדוקציע, וואו מען פארוואנדלט מעטהאן אויף CO2;
- פארברענען פאסיל-ברענשטאף אדער האלץ
- ווי א ביי־פראדוקט פון יערן צוקער ביים ברייען ביר, וויסקי און אנדערע אלקאהאלישע געטראנקען
- פון דעקאמפאזיציע פון קאלכשטיין ווען מען מאכט קאלך.
ניצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קוילן־זייערס ווערט געניצט אין דער אויטאמאביל אינדוסטריע פאר שווייסן, כאטש די אינערטע גאזן ארגאן און העליום זענען בעסער פאר דעם צוועק, אבער זיי זענען טייערער.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Pierantozzi, Ronald (2001). "Carbon Dioxide". Kirk-Othmer Encyclopedia of Chemical Technology. John Wiley & Sons, Inc. doi:10.1002/0471238961.0301180216090518.a01.pub2.