קאלאניאליזם

פֿון װיקיפּעדיע

קאלאניאליזם איז וואס איין לאנד וויל הערשן איבער אנדערע לענדער און באזעצן זיינע איינוואוינער דארט.

די דערשיינונג פון קאלאניאליזם וואס איז געווען צווישן די 16טע י"ה צו די 19טע י"ה, וואס פעלקער פון די וועסטליכער קולטור (ווי אייראפע) זיינען אריין הערשן אויף די פרימיטיווישע לענדער (ווי אפריקע, ווייט מזרח, דרום אמעריקע). די וועסטליכע פעלקער האבן געצווונגען די פרימיטיווער זאלן מקבל זיין די וועסטליכע קולטור מיט די נייע טעכנאלאגיע.

דער היסטאריקער פֿיליפ האפֿמאן האט גערעכענט אז ביז 1800, נאך פאר דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע, האבן אייראפעער שוין געהערשט איבער מער ווי 35% פון דער וועלט, און ביז 1914 , האבן זיי געהאט קאנטראל איבער 84% פון דער וועלט.[1]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Philip T. Hoffman (2015). Why Did Europe Conquer the World?. Princeton University Press, 2–3. ISBN 978-1-4008-6584-0.