קאדיע מאלאדאווסקי

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאדיע מאלאדאווסקי

קאַדיע מאָלאָדאָווסקי (10טן מיי 1894–23סטן מערץ 1974) איז געווען אַ יידיש־שפראך שרייבערין און קריטיקער. זי האָט געשריבן לידער, עסייען אין זשורנאַלן ווי ,,ליטערערעשע בלעטער’’, און צווײ ראָמאַנען. זי  איז אויך געווען אַ רעדאַקטאָר פֿאַר צווײ זשורנאַלן („הײם’’ אין ישׂראל און „סבֿיבֿה’’ אין פּוילן און ניו יאָרק).

ביאָגראַפֿיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מאָלאָדאָווסקי איז געבוירן געוואָרן אין ברעזע, ווײַסרוסלאַנד, די צווייטע פֿון פֿיר קינדער. איר טאַטע איז געווען אַ מלמד אין א חדר און אַ משׂכּיל. איר מאַמע איז געווען א האַנדלער אויף א קראָם. מאלאדאווסקי האָט זיך געלערנט רעדן יידיש בײַ איר זײדן און לשון–קודש בײַ איר טאַטע. נאָך איר מיטלשול עקזאַמענס, איז מאָלאָדאָווסקי געוואָרן א לערערקע אין יידישער טאָגשול. נאָך דעם איז זי געווען א לערערקע פֿאַר פליטים פֿון פאָגראמען.

אין 1921 האָט זי חתונה געהאַט מיט שמחה–לעוו׳ן. זיי האָבן געוווינט אין וואַרשע ביז 1935 ווען מאָלאָדאָווסקי האָט זיך אַריבערגעקליבן אין ניו יאָרק. איר מאַן האָט זי נאָכגעפאָלגט אין 1937 אָדער 1938. פון 1948 ביז 1952 האָבן זיי געוווינט אין תל–אביב. אין 1971 האט מאלאדאווסקי באקומען דעם יצחק מאַנגער אויסצייכענונג פּריז.

מאָלאָדאָווסקי איז געשטאָרבן אין פֿילעדעלפֿיע אין 1974.

שריפֿטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מאָלאָדאָווסקי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט איר ערשטע ליד אין 1920. אין 1927 האָט זי פֿאַרעפֿנטלעכט ,,חשווענדיקע נאכט’’ וואָס זײַנען לידער וועגן יידישע פֿרויען אין מזרח אייראָפע. דאָס איז געווען איר גרויסע טעמע ביז דער צווייטער וועלט–מלחמה. אין איר צײַט איז זי באַוווסט פֿאַר אירע לידער פֿאַר קינדער, וואָס זי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין איבערזעצונגען אויף העברעיִש. זי האָט געשריבן צוויי ביכער פֿאַר קינדער, איינע אין 1930 און אַן אַנדער אין 1938. פֿאַר דער מלחמה האָט מאָלאָדאָווסקי פֿאַרעפֿנטלעכט זעקס בענדער פֿון פּאַעזיע און איז אויך געווען אַ רעדאַקטאָר. נאָך דער מלחמה האָט זי ממשיך געווען צו שרייבן לידער, און זי האָט נאָך אַ מאָל געאַרבעט ווי אַ רעדאַקטאָר .

ביבליאָגראַפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

העלערשטײַן, קאַטערין. ,,קאַדיע מאָלאָדאָווסקי׳׳ יידישע פֿרויען ענציקלאָפּעדיע. (http://jwa.org/encyclopedia/article/molodowsky-kadya)

ועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]