לדלג לתוכן

קאַטעגאָריע רעדן:מעלער

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

איך האב געזוכט אבער נישט געטראפן ווער שרייבט מעלער אלס מערצאל פון מאלער. אייגנטלעך שרייבן אלע "מאלערס". --פוילישער 16:41, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

דער אויבערשטער סטעיטמענט איז אפגעפרעגט ווייל פוילישער שרייבט איך האב געזוכט אבער די היסטאריע פון די וויקיפעדיע ווייזט אז פוילישער האט שוין דאס גענטפערט נאכער וואס ער האט קלאר געליינט ווי איינער שרייבט קלאר אז ביי זיי זאגט מעלער און נישט מאלערס. זעה מיין רעדן בלאט דעם זעלבן שמועס וואס פוילישער באציעט זיך דארטן טעג איידער ער האט דאס דא גלאט טרוקן ערלקערט אז ער האט געזוכט און נישט געטראפן. בכלל ווייסט פוילישער זייער גוט וויאזוי מען באנוצט זיך מיטן זוכן דורך גוגל צו זעהן וואס זוכן מיינט, אומצאליגע מאלן האט ער שוין געשריבן אז ער זוכט דורך גוגל און גוגל גיבט יא רעזולטאטן אויף מעלער לשון רבים--ווארצגאנג 16:51, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

וויפיל מאל האט איר געטראפן מעלער לשון רבים? --פוילישער 18:56, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

מערערע רעזולטאטן (איך זעה נישט קיין סיבה צו פארשווענדן צייט און ציילן פונקטליך וויפל אויב עס איז דא פיל בלעטער רעזולטאטן און אויף יעדע בלאט פון די ערשטע זעה איך עטליכע מאל מעלער לשון רבים זעהן מיר אז עס דא אזא מין קרייז אידיש וואס שרייבט דאס אזוי און זיי זענען די חסידים וואס רעדן אידיש היינט צוטאגס. אדרבה: די גוגל רעזולטאטן פאר מאלערס איז בלויז פון פארצייטישע אידישיסטן וואס לעבן שוין היינט נישט און זייערע אייניקלעך אדער חברים רעדן שוין היינט אנדערע שפראכן.) דעריבער איז פוילישער'ס סטעיטמענט: אייגנטלעך שרייבן אלע "מאלערס" - נישט ריכטיג.--ווארצגאנג 14:48, 29 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]
פױלישער איז אַ געטרײַער באַנוצער, צװײטנס, װיקיפּעדיע (בעיקר װען ס'נוגע צו כללישערע טעמעס װי קאַטעגאָריעס) קלעפּט זיך אָן צו די פֿאַרשײדענע װערטערביכער. ►רוני◄ 01:36, 29 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]
רוני, איר ווערט געבעטן נישט צו פארוואנדלן דעם דיסקוסיע אין א פערזענליכן עדות אויף באנוצער לרע או למוטב ביטע זיך האלטן לענין.
בנוגע אייער צווייטער ערקלערונג אז וויקיפעדיע איבערהויפט ביי כללישע זאכן קלעבן מיר זיך צו די פארשיידענע ווערטערביכער בין איך מודה צו אייך הונדערט פראצענט.
טאקע וועגן דעם דארף מען לאזן דעם דאזיגן בלאט: ווייל אויב די חסידים האבן אן אנדער אידיש ווי דער ווערטערביך פון אמאל, קען מען לאזן די ווערטערבוך'ס לשון אלס הויפט, און די חסידים'ס שפראך, וואס בלויז זיי רעדן אידיש היינט, אלס א רידיירעקט.
און דאס צילט טאקע דער דאזיגער קאטעגאריע צו באווארענען און אויפפאסן: ווייל עס בעט די שרייבער נישט צו אהערשטעלן קיין שום ארטיקלן און דירעקטירט זיי צום ריכטיגן קאטעגאריע ווי צו ליינען און שרייבן די אלע ארטיקלן פון דעם ענין.--ווארצגאנג 14:48, 29 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]