ציש"א

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ציש"א איז ראשי תיבות פון צענטראלע יידישע שול ארגאניזאציע. ציש"א איז מיסד געווארן אין 1921, דורך דעם בונד, פועלי-ציון לינק און אויך די פאלקיסטן. צווישן די וועלט מלחמות זיינען געווען א סך ציש"א שולן אין אומאפהענגיק פוילן. אין ציש"א שולן זיינען אלע לימודים געווען אויף יידיש. די אידיאלאגיע פון ציש"א איז געווען סאציאליסטיש, וועלטלעך און יידישיסטיש.