צאל (שטייעראמט)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דער צאל איז אן אגענטור אין רוב לענדער וועלכע קאנטראלירט דעם לאנד'ס האנדל ביי די גרענעצן, בארטן, און לופטפעלדער.


פליכטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א לאנד'ס צאל אגענטור האט עטליכע פליכטן פון וועלכע איר הויפט פאראנטווארטליכקייט איז צו קאנטראלירן וואס עס קומט אריין און גייט ארויס פון לאנד. אבער אין א טיפערן באדייט איז די אגענטור פאראנטווארטליכט אויף די האנדל (טרעיד) פון לאנד וועלכע איז א טייל פון ציוויליזאציע פאר יעדע לאנד אין די וועלט. איינער פארמאגט פרוכט און א צווייטער מאכט וואל. ווען די צוויי וועלן טרעידן וועלן ביידע האבן עסן און מיט וואס זיך אנצואווארימען.

אין די היינטיגע מאדערנע וועלט איז טרעיד בעיקר געלט אבער נאך אלץ איז עס אן אויסטויש פון פראדוקטן וועלכע איינער גיט פאר'ן צווייטן. איין לאנד פראדוצירט מער עיר קאנדישענס וויפיל זי קען נוצן און פון די אנדערע זייט איז נישט פאראן גענוג אויטאס צו קויפן לויט דער פארלאנג וועלכע עס איז דא. ווען מען האנדלט איינער מיט'ן צווייטן באלאנסירט מען די טרעיד און יעדער באקומט דאס וואס פעלט אים און ווער עס האט איבעריג פארקויפט דאס און פארדינט געלט.

יעדע לאנד וויל אז אירע איינוואוינער זאלן קויפן די פראדוקטן וועלכע ווערן פראדוצירט אין לאנד (דאמעסטיק פראדוקטס). אבער צומאל קויפן די איינוואוינער מער פרעמדע זאכן ווייל עס איז ביליגער און דאס שאפט א טרעיד דעפיציט וועלכע מיינט, אין אנדערע ווערטער, אז די לאנד אימפארטירט מער וויפיל זי פארקויפט. אין אזא פאל לייגט די רעגירונג ארויף טעריפס וועלכע זענען ווי א שטייער אויף די פראדוקטן כדי צו באלאנסירן די האנדל.

אן קאסטומס וואלטן לענדער נישט געקענט האבן קיין שום קאנטראל וואס גייט און קומט פון איין לאנד צום צווייטן און אויסער זיכערהייט וואלטן אנדערע זאכן געשטערט די וואוילזיין און עקאנאמיע פון דאס לאנד.


זע אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: צאל

יו-עס קאסטומס ענד בארדער פראטעקשן