יו-עס קאסטומס ענד בארדער פראטעקשן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

די יו-עס צאל און גרענעץ באשיצונג (ענגליש: U.S. Customs and Border Protection) איז אן אפטיילונג אינערהאלב די היימלאנד זיכערהייט דעפארטעמנט און איז פאראנטווארטליכט צו קאנטראלירן דעם לאנד'ס מאסיווע האנדל, איינקאסירן אימפארט שטייערן, ארויפצווינגען אמעריקאנער האנדל געזעצן, און באוואכן די גרעניצן פון איינטריט פון אומלעגאלע אימיגראנטן, פארברעכער, און טעראריסטן.


פליכטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די יו-עס צאל און גרענעץ באשיצונג אגענטור איז די צווייטע גרעסטע שטייער איינקאסירער נאך די איי-אר-עס דורך די ביליאנען דאלארן אין צאלטאריפן וועלכע זיי פארלאנגען פארן אריינברענגען אויסלענדישע פראדוקטן. די צאלטאריפן האבן נישט קיין אייניגע פרייזן נאר יעדע פראדוקט פאר זיך האט זיך איר אייגענע טעריפ און די קאסטומס אגענטור קאנטראלירט די טאריפן לויט די באלאנס פון האנדל. אויסער דעם זענען פאראן באשטימטע טאריפן אויף פראדוטן וועלכע זענען פון פריער אפגעמאכט געווארן מיט אנדערע לענדער און טייל זאכן האבן בכלל נישט קיין טאריפן ווען עס קומט פון לענדער וועלכע האבן פרייע האנדל אפמאכן מיט אמעריקע.

קאסטומס קאנטראלירט אויך וואס עס גייט ארויס פון לאנד. די צוויי הויפט זאכן אויף וועלכע זיי פארלייגן זיך איז וואפן און געלט. עס פארשטייט זיך אליינס אז די רעגירונג וויל נישט אז אירע וואפן זאלן פארקויפט ווערן פאר פיינטליכע לענדער אלס א זיכערהייט מיטל. די וואפן וואס גייען יא ארויס פון לאנד מוז האבן א פונקטליכע קאנטראל און קאסטומס דארף וויסן וואו דאס גייט און פאר וועמען דאס ווערט פארקויפט. געלט האט אן אנדערע סיבה און דאס איז ווייטער צוליב טרעיד. אויב צופיל געלט וועט ארויסגיין קיין אויסלאנד וועט די אמעריקאנער דאלאר פאלן ווייל עס וועט זיך ארומדרייען צופיל אמעריקאנער וואלוטע איבער די וועלט וועלכע מאכט עס א קלענערע מציאה.

וויבאלד עס איז אוממעגליך נאכצוזוכן יעדעס שאכטל וואס קומט אריין אין לאנד, האט קאסטומס איינגעשטעלט א סיסטעם צווישן אירע אגענטן וויאזוי זיי זאלן אונטערזוכן שיפמענטס וועלכע קומען אריין. עס איז נישט קיין סוד אז רוב שיפמענטס ווערן נישט אנגעקוקט אבער דאך האבן מענטשן מורא אריינצוברענגן פארבאטענע סחורה אין פאל פונקט זייערע זאכן וועלן יא אונטער געזוכט ווערן. היינט צו טאג פארמאגט קאסטומס א רייע פארגעשריטענע מעטאדן וויאזוי שיפמענטס ווערן נאכגעזוכט פאר די מערסט פארבאטענע סחורה וואו וואפן און דראגס.

פארשטייט זיך אז די גרויסע פירמעס זענען די הויפט אימפארטירער פון רוב פראדוקטן אבער אויך דער אינדיווידועלער מענטש איז א טייל פון דאס לאנד'ס האנדל. יעדער מענטש וואס קומט אריין אין לאנד מעג מיטברענגן א באשטימטע סכום פון אויסלענדישע זאכן. דאס זעלבע איז מיט אן אמעריקאנער איינוואוינער וועלכער גייט ארויס פון לאנד און קומט צוריק מיט פראדוקטן וועלכע ער האט איינגעקויפט אין אנדערע לענדער.

די זעלבע דא איז אוממעגליך צו אונטערזוכן יעדן מענטש וואס קומט אריין אין לאנד און די קאסטומס אגענטורן דארפן זיך פארלאזן אויף די ארנטלעכקייט פון די מענטשן אז זיי זאגן דעם אמת ווען מען פרעגט זיי וואס זיי ברענגן מיט זיך. וויבאלד נישט יעדער איז באגלייבט דארפן זיי אויסוועלן א געוויסע פראצענט פון מענטשן וועמען זיי זאלן אונטערזוכן. געווענליך זענען דאס מענטשן וועלכע ענטפערן נישט קיין גלייכע ענטפערס און זעען אויס צעמישט. א קאסטומס אגענטור דארף קענען פארשטיין אויפ'ן מענטש'נס נאז און אויגן אויב ער רעדט צו דער זאך.

אין יאר 2000 איז א גרויסער טעראריסט געכאפט געווארן אריינקומענדיג פון קאנאדע נאר צוליב די גוטע אפשאצונג פון א געניטער צאל אגענט וועלכער האט צוזאמענגעשטעלט אז דער אנגעגעבנער דעסטינאציע צו וואו דער טעראריסט האט געזאלט גיין איז ארויס פון וועג און עס האט נישט קיין פשט צו נעמען דעם גרעניץ.

אגב, איז פאראן א גרויסער טעות צווישן מענטשן אז זאכן וואס מען קויפט אין די "דוטי פרי שאפ" זענען פריי פון אלע רעגולאציעס. דאס איז אבער נישט אזוי. די דוטי פרי געשעפטן באקומען א ספעציעלע רעכט פון די רעגירוג צו אימפארטירן פראדוקטן אן צאלן שטייערן. וויבאלד די געשעפטן צאלט נישט קיין שטייער קענען זיי דאס פארקויפן פאר ביליגער. דער קאסטומער צאלט נישט קיין שטייער אויף די פראדוקטן וויל עס איז דאך דוטי פרי אבער איינמאל ער טרעט ארויס פון דעם געשעפט איז דאס פונקט ווי אלע אנדערע פראדוקטן וועלכע מען ברענגט אריין פון אנדערע לענדער און אלע רעגולאציעס זענען די זעלבע. דערפאר איז וויכטיג צו וויסן מען זאל נישט איינקויפן מער וויפיל מען איז ערלויבט אריינצוברענגן כדי מען זאל נישט דארפן באצאלן קיין שטייערן.

אבער נישט יעדער וואס ווערט אריינגעשיקט מיינט עס אז יענער איז פארדעכטיגט. די צאל אגענטורן האבן א געוויסע פראצענט פון מענטשן וועמען זיי דארפן אריינשיקן און וועלן דאס טאן לויט זייער אייגענע פארשטאנד. אויב א דאקומענט איז נישט גוט אויסגעשטעלט אדער מען ענטפערט נישט קלאר איז גענוג א גוטע סיבה פאר'ן אגענט אריינצושיקן אין די זייט.

אין געוויסע פלעצער איז עס א פשוט'ער גורל וועלכע דער קאמפיוטער וויילט אויס. יעדער דורכגייער דרוקט אויף א קנעפל און אויב דער קנעפל ווערט גרין קען מען גיין און אויב עס ווערט רויט מיינט עס אז יענער דארף ווערן אונטערגעזוכט.

אנדערש וואו די פאליציי, האבן די צאל אגענטן די פולע רעכט צו זוכן און באטראכטן וועמען עס שמעקט זיי און וויפיל עס שמעקט זיי. א פאליציי אפיציר דארף האבן א געריכט ארדער אריינצודרינגן אין א הויז אבער דער קאסטומס אגענט קען עפענען און באטראכטן אפילו די פערזענליכע באגאזשן וועלכע דער מענטש טראגט מיט זיך. אין רוב פלעצער זיצן די קאסטומס אגענטן האנט-ביי-האנט מיט די אימיגראציע אפישעלס און צומאל קען איין אגענט ארבעטן פאר ביידע אגענטורן. די אימיגראציע אפישעלס זענען פולשטענדיגע ריכטער וועלכע האבן די מאכט צו באשליסן וועמען זיי וויל יא אריינלאזן אין לאנד און וועמען נישט.


קאמף קעגן שמוגלער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווי דערמאנט טוט די קאסטומס אגענטור קאנטראלירן די גאנצע אימפארט פון לאנד אבער איר ארבעט נעמט אריין צוויי פליכטן, איינס צו קאנטראלירן די סופליי און פארלאנג פאר פראדוקטן און לויט דעם באשליסן די טרעיד ערלויבעניש, און צווייטענס דארף די אגענטור באוואכן אז אנדערע אומלעגאלע זאכן זאלן נישט אריינקומען אין לאנד וועלכע וואלט באמת נישט געברויכט זיין איר אויפגאבע (עס באלאנגט פאר די לאו ענפארסמענט אגענטורן) אבער וויבאלד זי קאנטראלירט די גרעניצן דארף דער פליכט אויך אויסגעפירט ווערן אינאיינוועגס.

אין נארמאלע אומשטענדן אויב מענטשן דארפן א פראדוקט פון אויסלאנד און עס איז נישט פאראן צובאקומען אין לאנד וועט א פירמע דאס אימפארטירן צו סופלייען די פארלאנג. אויב דער פארלאנג דערפאר איז הויך וועט דער אימפארטירער נישט האבן קיין פראבלעם מיט די טאריפן ווייל זי וועט קענען בעטן גענוג א הויכע פרייז אז אלע שטייערן זאלן געדעקט ווערן והכל על מקומו יבא בשלום. די מענטשן וועלן זיין צופרידן, די פירמע וועט מאכן געלט, און די רעגירונג וועט זיך דערקוויקן מיט די טאריפן צו באלאנסירן די טרעיד.

אבער אין אנדערע פעלער קען אמאל זיין אז מענטשן זענען אינטערעסירט אין א פראדוקט וועלכע די רעגירונג לאזט נישט אריינברענגן אין לאנד. א גוטער ביישפיל איז דראגס. דער פארלאנג פאר דראגס אין אמעריקע איז זייער שטארק און ווייניג מענטשן באווייזן דאס צו סופלייען איבער'ן לאנד ווייל די לאו ענפארסמענט אגענטורן פאלגן נאך די פראדוצירער. יעצט אויב איינער קען באווייזן צו אימפארטירן דראגס פון דרום אמעריקע וועט ער קענען מאכן אסאך געלט ווייל דארט איז דראגס ביליג ווייל עס איז פאראן גענוג און מיט אזא שטארקע פארלאנג אין אמעריקע וועט ער קענען בעטן אבנארמאלע פרייזן. דראגס איז אומלעגאל אין אמעריקע און די רעגירונג פארלייגט זיך זייער שטארק דערויף און די שטראפן זענען זייער הארב. אבער וויבאלד מען קען מאכן אזויפיל געלט זענען נאך אלץ פאראן מענטשן וועלכע נעמען די שאנסן און פרובירן דאס יא אריינצושמוגלן.

אין די פאראייניגטע שטאטן איז די קאמף קעגן דראגס איינע פון די רעגירונג'ס הויפט פריאריטעטן און 4 אגענטורן ארבעטן אינאיינעם דאס צו קעמפן. די קאסטומס אגענטור, די דראג ענפארסמענט אדמיניסטראציע, די קאוסט גארד, און די אימיגראציע סערוויס. די 4 אגענטורן באוואכן די גרעניצן מיט שיפן, פליגער, און אנדערע טאקטיקן און ווען איינער ווערט געכאפט וועלן אלע 4 אגענטורן אינאיינעם באהאנדלן אזא קעיס און זיכער מאכן אז יענער ווערט אנגעקלאגט אין געריכט.

די גרעניצן זענען צעטיילט צו וואסער און יבשה. די וואסערן ווערן באוואכט דורך יו-עס קאוסט גארד שיפן און פליגער און די יבשה ווערט באוואכט דורך די קאסטומס אגענטור וועלכע נוצט אייגענע פליגער און ראדארן אויפצוכאפן שמוגלער וועלכע פרובירן זיך אריינצובאקומען דורך אויסמיידן די קאסטומס אגענטור. ווען א קאסטומס פאטראל פליגער כאפט אויף א קליינע פליגער וועלכע קומט אריין אין לאנד אן רשות וועט זי אלאמירן די צענטראלע אפיס און א קאסטומס פליגער און א קליינע העליקאפטער (געווענליך א בלעקהוק) וועלן נאכפאלגן דעם אומאינדענטיפיצירטן פליגער אן דעם וואס דער פילאט זאל אפילו באמערקן. ווען דער פליגער וועט לאנדן וועט אים שוין אפווארטן א מחנה פון פאליציי און אנדערע לאו ענפארסמענט אגענטורן. אויב איינער פרובירט זיך אריינצוכאפן מיט א שיף (פאסירט געווענליך ביינאכט) וועלן די ראדארן דאס אויפכאפן און די קאוסט גארד וועט ארויספארן מיט א גרופע היי-ספיד שיפלן און ארומרינגלן די שיפל ביז יענער וועט זיך אונטערגעבן.

נישט אלע שמוגלער פרובירן אויסצומיידן קאסטומס און פרובירן ענדערש צו גיין נארמאל דורך קאסטומס מיט'ן האפענונג אז עס וועט געלונגן און די קאסטומס אגענטן וועלן נישט באמערקן. די אגענטן זענען צוגעוואוינט דערצו און זיי האבן שוין געטראפן דראגס אין אלע סארט פראדוקטן באהאלטן, נוצנדיג זייער ערפארונג און סאפיסטיקירטע עקוויפמענט. פארטייט זיך אז עס איז נישט מעגליך צו כאפן יעדן אבער וויפיל מען כאפט יא ווארפט א שרעק פאר אנדערע זיי זאלן נישט פרובירן נאכטאן דאס זעלבע.

עס איז נישט באקאנט פונקטליך וואספארא עקוויפמענט קאסטומס פארמאגט אבער פון וואס מען ווייסט פארמאגן זיי אין טייל לופטפעלדער עקס-רעי מאשינען וועלכע קענען אדורך זען ביז אונטער די קליידער. ביי די גרעניץ צווישן קאליפארניע און מעקסיקא פארט יעדע אויטא אדורך א ריזיגע עקס-רעי מאשין וועלכע צייגט קלאר וואס עס טוט זיך אפ אין יעדע אויטא אדער טראק. די אגענטן נוצן אויך א ספעציעלע שטעקן וועלכע איז אן עלעקטראוועקיום דעווייס וועלכע קען אויפכאפן אויב עס איז פאראן דראגס אדער אויפרייס דורך אנאליזירן די לופט באשטאנדטיילן ארום פראדוקטן.

קאסטומס נוצט אויך ספעציעלע טרענירטע הונטלעך וועלכע קענען שמעקן דראגס אדער וואפן. די הונטלעך געפינען זיך אין אלע גרויסע לופטפעלדער און ווערן ארויסגעברענגט פון צייט צו צייט זיי זאלן דורכגיין אלע פעקלעך אדער מענטשן צו דערשמעקן דאס וואס מען האט זיי אויסגעלערנט צו דערשמעקן. די הונטלעך ווערן אסאך מאל ארויפגעפירט אויף די פליגער נאכדעם וואס די פאסאזשירן זענען שוין אראפגעגאנגן און קענען דערשמעקן אויב עס האט זיך געפינען דראגס אויפ'ן פליגער פריער. אויב די הונט בילן וועלן זיי אונטערזוכן יעדן איינעם ביז זיי וועלן טרעפן די שמוגלער.

אזוי זענען פאראן נאך פארשידענע פראדוקטן וועלכע זענען אומלעגאל אריינצוברענגן אין לאנד און טיילמאל ווייסן די פאסאזשירן אפילו נישט אז דאס איז נישט ערלויבט אריינצוברענגן ביז זיי ווערן אפגעשטעלט און אויסגעפארשט. אמאל איז עס נאר א קלייניקייט וועלכע מען ווארפט ארויס אין מיסט און אמאל וועט מען דאס קאנפיסקירן.


אנדערע פליכטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויסער דראגס דארפן די קאסטומס אגענטן צוריקהאלטן אויך אנדערע זאכן פון אריינקומען אין לאנד און דאס זענען: וואפן, פאלשע מאטריאל אדער געלט, גע'גנב'טע סחורה, און אומלעגאל פארדינטע געלטער וועלכע פארברעכער פרובירן צו שמוגלן פון איין לאנד צו א צווייטע כדי מיט דעם צו כשר'ן געלט דורך באהאלטן איר אמת'ן קוואל. אין טייל לענדער זענען די קאסטומס אגענטורן מער באזארגט וועגן מענטשן וואס טראגן ארויס געלטער ווי די וואס ברענגן אריין ווייל אמאל קענען זיי אין אנדערע לענדער דאס גרינגער נוצן צוליב אפגעשוואכטע לאו ענפארסמענט סיסטעמען אדער אנדערע סיבות.

אויסער די אומלעגאלע זאכן וועלכע מעגן נישט אריינגעברענגט ווערן אין לאנד דארף קאסטומס באוואכן די גרעניצן פון לעגאלע זאכן וועלכע מעגן נישט אריינקומען דורך די גרעניצן צוליב פארשידענע סיבות. א ביישפיל פון אזעלכע זאכן איז פרוכט, פלייש, בהמות, און פלאנצונגן, וועלכע רוב לענדער ווילן נישט מען זאל אריבער ברענגן זייערע גרעניצן אויס מורא פאר דעזיזעס וועלכע דאס קען מיטברענגן מיט זיך. מענטשן פארשטייען נישט פארוואס זיי זאלן נישט מעגן אריינברענגן איין פרוכט מיט זיך אבער ווען מען ווייסט וואס די היסטאריע האט מיט זיך פון אזעלכע פעלער וואלט מען שוין גאנץ פיין פארשטאנען.

אין 980' האט איין מענטש מיט איין אראנדזש וועלכע איז געווען פארגיפטעט מיט א געוויסע באקטעריע מיט דעם געברענגט געוויסע פרוכט פליגן וועלכע האבן זיך צעפרייט אין גאנץ קאליפארניע און האט שאדן געמאכט פעלדער אין די ווערט פון מיליאנען דאלארן. די קאסטומס אגענטורן מאכן פראבעס אויף אלע פרוכט וואס ווערט אימפארטירט פון אנדערע לענדער און נאר אויב עס גרייכט אלע רעגירונג סטאנדארטן קען דאס ווערן אריינגעברענגט. אויב נישט פארניכט מען דאס ביי די גרעניץ אדער שיקט מען דאס צוריק צו די ארגינעלע פלעצער. בהמות און חיות וועלכע קומען אריין אין לאנד ווערן געהאלטן פאר א שטיק צייט ביי קאסטומס וואו ספעמציאליסטן באטראכטן זיי און מאכן זיכער אז זיי זענען געזונט צו קענען גיין ווייטער.

דערנאך איז פאראן לענדער פון וועלכע מען מעג בכלל נישט אריינברענגן קיין פראדוקטן ווייל דאס לאנד האט אן עמבארגא מיט יענע לאנד צוליב איר פארלעצונג פון מענטשליכע רעכטן אדערע אנדערע קאנפליקטן. געווענליך טוט אזא שריט צווינגן יענע לאנד צו טוישן זייערע פאליסיס כדי צו קענען ווייטער שיקן זייער סחורה. א ביישפיל איז קובא אויף וועלכע אמעריקע האט ארויפגעלייגט אן עמבארגא שוין יארן צוריק און גייט נאך אן ביז'ן היינטיגן טאג. כאטש די עמבארגא איז פאראן א שטארקע פארלאנג פאר געוויסע קובאנער פראדוקטן, ספעציעל זייערע ציגארן, וועלכע ווערן כסדר אריינגעשמוגלט קיין אמעריקע פון קאנאדע וועלכע האט נישט די עמבארגא און לאזט אירע סיטיזענס פארן קיין קובא.

אויך זענען פאראן געוויסע פראדוקטן וועלכע זענען פארבאטן אריינצוברענגן אין לאנד צוליב עטנישע און מאראלישע סיבות. א ביישפיל איז פראדוקטן וועלכע ווערן געמאכט פון די הויט פון הונט און קעץ. די רעגירונג, מיט די הילף פון די חיות רעכטן גרופעס און ארגאניזאציעס, האט פארבאטן אלע אזעלכע פראדוקטן און דאס מעג נישט אימפארטירט ווערן פון אנדערע לענדער.


קאסטומס סערוויס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רוב מענטשן גייען דורך קאסטומס מיט עטליכע פראגן אבער אנדערע לערנען זיך וועגן קאסטומס די שווערע וועג ווען זיי דארפן דארט לאזן געוויסע פראדוקטן וועלכע זענען פארבאטן אריינצוברענגן אין לאנד. אנדערע קומען אהיים צו א רענצל וועלכע איז גרונטליך אדורכגעזוכט געווארן און איז איבערגעדרייט פון אויבן אראפ מיט א בענדל ארום וועלכע זאגט אז דאס רענצל איז אונטערגעזוכט געווארן דורך קאסטומס. טויזענטער מענטשן זענען געצווינגן איבערצוגעבן פרוכט וועלכע זיי נעמען מיט פאר די וועג צו עסן אדער מעדעצינען וועלכע זיי האבן איינגעקויפט אין אנדערע לענדער און די אמעריקאנער רעגירונג לאזט דאס נישט אריין אין לאנד צי ווייל דער מעדעצין איז אומלעגאל אדער פארלאנגט א דאקטאר'ס רעצעפט.

רוב מענטשן זענען נישט באקאנט מיט אלע געזעצן און וויבאלד יעדע רעגירונג האט אנדערע רעגולאציעס דארף מען שטענדיג זיין גערישט אז קאסטומס וועט קאנפיסקירן געוויסע זאכן וועלכע מען קויפט איין אין פרעמדע לענדער. די יו-עס קאסטומס אגענטור צווינגט ארויף ארום 600 געזעצן פון 60 לענדער ארום די וועלט און פארהאלטן טויזענטער דראג שמוגלער יעדעס יאר.


דער דוטי פרי באדייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די רעגירונג ערלויבט פאר יעדן רייזענדער אריינצוברענגן זאכן אין די ווערט פון $400 נאר נאכדעם וואס מען איז געווען אינדרויסן פון לאנד פאר מער פון 48 שטונדן. אויב מען פארט א פאמיליע אינאיינעם קען מען צוזאמענרעכנען די ווערט פון אלע זאכן פאר די דוטי פרי רעכטן פון יעדן איינעם באזונדער. נאך אלץ מוז אלעס ווערן דעקלערט און זאכן וואס מען ווייסט נישט אויב מען דארף דאס דעקלערן אדער נישט איז אלץ בעסער יא צו זאגן. ווי מיר האבן דערמאנט אינעם לעצטן ארטיקל ווערן די זאכן וואס מען קויפט אין די דוטי פרי געשעפטן אריינגערעכנט אין דעם חשבון און עס איז שטייער פריי נאר אזוי לאנג וואס עס באטרעפט ווייניגער ווי דער לימיט וואס מען מעג צוריק ברענגן. אויב באטרעפט דאס צופיל געלט וועט דאס ווערן אויס דוטי פרי און מען וועט דארפן באצאלן שטייערן. די דרום אמעריקע לענדער וועלכע פאלן אריין אונטער די עקאנאמישע רעקאווערי לענדער (דאס זענען א רייע קאריביען לענדער) האבן א פריווילעגיע אז מען קען פון דארט ברענגן זאכן אין ווערט פון $600 און אויך אלקהאל קען מען פון דארט ברענגן דאפעלט (צוויי ליטער קעגן אין ליטער פון אנדערע לענדער) וויבאלד אמעריקע קאנטראלירט די לענדלעך. אויב מען פארט צו עטליכע פון די לענדער קען מען אפילו ברענגן מער און דאס קען באטרעפן ביז $1,200 און קען זיין מער אלקהאל און טאבאקא. געוויסע חפיצים צו וועלכע דאס לאנד איז שטארק אינטערעסירט האבן אויך פריווילעגיעס און קענען אמאל זיין שטייער פריי. א ביישפיל איז אנטיק זאכן און אלטע מאלערייען פון איבער 100 יאר אלט וועלכע זענען אלע שטייער פריי אפילו אויב זיי זענען ווערט מיליאנען.

אין די $400 ווערט פון זאכן וועלכע מען מעג צוריק ברענגן שטייער פריי מעג זיין 200 ציגארעטן און 100 ציגארן. אבער דאס מוז זיין ציגארן וועלכע זענען פראדוצירט געווארן אין אויסלאנד ווייל ציגארן און ציגארעטלעך וועלכע ווערן פראדוצירט אין אמעריקע און ווערן פארקויפט אין אויסלאנד ווערט אנדערש געמאכט און האט נישט די זיכערהייטן פון די אנדערע ציגארעטן און די רעגירונג וויל נישט מען זאל דאס צוריק ברענגן.

פראדוקטן פון קובא, איראן, איראק, ליביע, צפון קארעא, סערביע, און סודאן זענען אין גענעראל פארבאטן אריינצוברענגן אין די פאראייניגטע שטאטן. געוויסע זאכן זענען יא ערלויבט און פאר יעדע זאך דארף מען באקומען ערלויבעניש פון די אויסערן עסעסטס קאנטראל.

אויב ברענגט מען מער וויפיל מען איז ערלויבט וועט קאסטומס אפשאצן די ווערט אויף די העכסטע פרייז און בעטן די העכסטע שטייער ראטע און אראפרעכנען די 400$ צו וועלכע מען איז ערלויבט. נאך $1,000 פאלט די שטייער אריין אין די נארמאלע שטייער קאטעגאריעס.


היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די קאסטומס אגענטור איז געגרינדעט געווארן הארט נאכדעם וואס דזשארדזש וואשינגטאן איז געווארן פרעזידענט און אמעריקע האט אויפגעשטעלט איר ערשטע רעגירונג אין יאר 789'. די אמעריקאנער מאסן זענען געווען יונג און ארים און מיט א שטארקע גרעניץ קאנטראל און פארשידענע טאריפן וועלכע מען האט ארויפגעלייגט האט דאס לאנד פארדינט אסאך געלט און אפגעצאלט די נאציאנאלע חובות און מען האט אויפגעבויט וואשינגטאן די-סי און פינאנצירט די מיליטער.

אמאל איז קאסטומס באשטאנען פון צענדליגער אגענטורן וועלכע האבן געארבעט איאיינעם צו באוואכן די גרעניצן אבער מיט דער צייט האט מען דאס צוזאמענגעשמאלצן צו איין שטארקע אגענטור. נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס איז די קאסטומס אגענטור געווארן א טייל פון די יו-עס דעפארטעמענט פאר היימלאנד זיכערהייט וועלכע האלט צוזאמען עטליכע אגענטורן אין לאנד כדי צו קענען בעסער באוואכן דאס לאנד.

די קאסטומס אגענטור פארמאגט מיליטערישע העליקאפטערס און פליגער און א רייע פארגעשריטענע טעכנאלאגיעס וועלכע זיי נוצט ארויפצוצווינגן דאס געזעץ אויף יעדן וואס קומט אריין אין לאנד. אירע אגענטן באשטייט פון פשוט'ע אפיס ארבייטער ביז געלערנטע אפיצירן וועלכע קענען די מלאכה וואס די מיליטערישע ספעציעלע כוחות קענען. די אגענטור פארמאגט איר אייגענע שפיאנאזש אפטיילונג מיט וועלכע זי שפיאנירט ארום און ארום די גרעניצן און אלעס וואס האט צעטאן מיט אימפארט און עקספארט.

א געווענליכער טאג אין קאסטומס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

1.3 מיליאן מענטשן גייען דורך קאסטומס און ווערן צום ווייניגסטענס געפרעגט עטליכע פראגעס. רוב מענטשן קומען אריין אין לאנד דורך די לופטפלעדער פון 2,500 פליגער. אויסערדעם גייען אדורך די קאסטמס בודקעס 340,000 אויטאס און 45,000 טראקס אנגעפילט מיט סחורה ביי די גרעניצן מיט קאנאדע און מעקסיקא און 550 שיפן קומען אן יעדן טאג פון אלע עקן וועלט.

קאסטומס קאנפיסקירט אין א געווענליכן טאג 3,900 פונט פון אלע ערליי דראגס, 1.2 מיליאן דאלאר אין וואלוטע, $368,000 ווערט אין אויטאס אדער אנדערע טראנספארטאציע וויהעקלס, $24,000 ווערט אין אמוניציע, און איבער א האלב מיליאן דאלאר ווערט אין פראדוקטן.

די סחורה וואס קאסטומס קאנפיסקירט ווערט שפעטער פארקויפט אויף ליציטאציע און דאס געלט גייט פאר די רעגירונג.