פראספער מערימע

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Prosper Merimee2.jpg

פּראָספער מערימע (פראנצויזיש: Prosper Mérimée; י"ב תשרי ה'תקס"ד, 28סטן סעפטעמבער 1803 - כ"ז אלול ה'תר"ל, 23סטן סעפטעמבער 1869) איז געווען א פראנצויזישער דראמאטורג, ארכעאלאג און שרייבער.

מערימע איז געבוירן געווארן אין פאריז, און האט שטודירט געזעצן אין דעם אוניווערסיטעט, אבער שפעטער האט ער אויך געלערנט פרעמדע שפראכן ווי אראביש, רוסיש און נאך, צוזאמען מיט פילאסאפיע. ער האט איבערגעזעצט פיל רוסישע ביכער אויף פראנצויזיש. מערימע האט נישט געוואלט זיין אן אדוואקט, און האט אנגהויבן שרייבן ראמאנען. זיין ערשטע ווערק איז געווען געדרוקט אין תקפ"ה. אין דער רעוואלוציע פון תק"ץ האט ער דער נייער קעניג לואי פיליפ אונטערשטיצט, און ער האט אים געמאכט אינשפעקטאר פון אלע דענקמאלע אין פראנקרייך. מערימע איז אויך געוויילט געווארן אלס א מיטגליד אין דער פראנצויזישער אקאדעמיע אין תר"ד, און תרי"ג איז ער געווארן א סענאטאר פון פראנקרייך. ער האט זיך אויך אלס ארכעאלאג באשעפטיגט.

זיינע גרעסטע ווערק זענען: מאַטעאָ פַאלקאָנע, טאַמאַנגאָ, (תקפ"ט) 'דער עטרוסעקר וואזע (תק"ץ), די ווענוס פון איל (תקצ"ז) און קאָלאָמבּאָ (ת"ר). די מייסט בעקאנטע, וואס האט אים וועלט רוהם פארזיכערט, איז קארמען פון ה'תר"ה, די מעשה פון א שיינע ציגיינערין וואס הייסט אזוי. דאס בוך איז אדאפטירט געווארן פאר דער אפערע דורך זשארזש ביזע אין תרל"ד.

נעץ פארבינדוגען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • קארמען פון פראספער מערימע אויף יידיש.