לדלג לתוכן

פראנץ קאפקא

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פראנץ קאווקא)
פראנץ קאפקא
זיין מצבה

פֿראַנץ קאַפֿקאַ (דייטש: Franz Kafka, לשון קודש: אנשיל בן העניך; ‏3טן יולי 18833טן יוני 1924) איז געווען א יידישער ראמאניסט וואס האט געשריבן אויף דער דייטשישער שפראך. מען האט אים געהאלטן פון די גרעסטע שרייבער אין דעם 20סטן יארהונדערט.

קאַפֿקאַ איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הערמאן (העניך) קאַפֿקאַ און זיין מוטער יוליע (יטל), מיטלקלאסישע יידישע דייטש־ און טשעכיש־רעדנדיקע עלטערן אין פראג, בעהמען, דעמאלסט א טייל פון עסטרייך־אונגארן. זיין זיידע איז געווען יעקב קאפקא, שוחט אין אסעק (היינט אין טשעכיי).

זיינע שריפטן באשעפטיקן זיך מיטן צושטאנד פונעם מאדערנעם מענטש וואס שטייט קעגן שטארקע ביוראקראטישע סיסטעמען מיט דער השפעה פון טעכנאלאגיע אויף דער געזעלשאפט.