פראטאפלאנעטארישער דיסק

פֿון װיקיפּעדיע
דער פּראָטאָפּלאַנעטאַרישער דיסק פֿון HL שור (HL Tauri).

אַ פּראָטאָפּלאַנעטאַרישער דיסק (ענגליש: protoplanetary disk) איז אַ ראָטירנדיקער, אַרומשטערנישער דיסק, װאָס רינגלט אַ יונגן, נײַ פֿאָרמירטן שטערן, אַ T־שור־שטערן אָדער אַ הערביג־Ae/Be־שטערן. דער פּראָטאָפּלאַנעטאַרישער דיסק מעג אױך געקלערט װערן, װי אַ װאַקסונגדיסק פֿאַר דעם שטערן אַלײן, װײַל גאַזן און אַנדערע מאַטעריע מעגן האַלטן און אין פֿאַלן פֿון דעם אינערלעכן ראַנד פֿון דעם דיסק אויף דער שטערנפֿלאַך. מען זאָל אָבער ניט מבֿלבל זײַן דעם דאָזיקן פּראָצעס מיט דעם פּראָצעס, װאָס מען גלויבט, אַז ער בויט די פּלאַנעטן.