לדלג לתוכן

פעלדער געזעץ

פֿון װיקיפּעדיע

אין ניו יארק טיימס איז (ערב פסח תשע״ח) באריכטעט איבער די קאטעסטראפע וואס באדראעט חרדישע מוסדות התורה אין ניו יארק סטעיט. אלע מוסדות התורה אנגעהויבן פןן חסידים ביז ליטאים דארפן נאכקומען דעם געזעץ וואס פארלאנגט:

  • לערנען 4 שעה ענגליש
  • לערנען סייענס
  • לערנען עוועלושען (כפירה)

און אויב נישט, קענען די ישיבות / חדרים נישט באקומען קיין שום סטעיט אדער פעדעראלע פאנדינג, וואס איז זייער ביטער. סטעיט סענאטאר פעלדער האט אריינגעלייגט א געזעץ אין בודזשעט, צו עקזעמטן ישיבות פון דעם פארשריפט, אבער דער ספיקער האט נישט מסכים געווען דער דעילי ניוז האט גאר שטארק אראפגעריסן פעלדער.למעשה האט די ביל געפעסט פאר יודן'ס וועגן, מער ווייניגער אויסער איין קליינע הערה וואס מען קען זיך דינגען דערויף

אין קורצן: די פעלדער געזעץ

ווי באקאנט איז דא א געזעץ אין אמעריקע אז עלטערן זענען מחיוב צו געבן קינדער א געזעצליכע עדיוקעישן, און די געזעץ אין ניו יארק סטעיט פאר רעליגעזע / פריוואטע סקולס, פלעגט זיין אז מ'דארף לערנען לכה"פ 4 שעה סעקולער סטאדיס, מיט 12 סאבזשעקטס, וואס זאל זיין עקוויעלענט צו די פאבליק סקולס, וואס אין די סובזשעקטס זענען דא לימודי כפירה ועוד רח"ל. ביז אפאר יאר צוריק פלעגט עס די סטעיט נישט אינפארסירן, און יעדע מוסד האט געטון כל הישר בעיניו, אזויווי ליידער די לעצטערע יארן איז דא אסאך היט פון געוויסע גרופעס יא צו אינפארסן, די פלאן איז דאןגעווען אז אין חודש אייר-סיון גייט די N.Y.S.E..D ארויסקומען מיט א סעט פון רעגעלוציעס וויאזוי מען גייט דאס אינפארסן, דהיינו אז די סופעראידענדענט פון די פאבליק סקול, גייט אריין גיין צו די פריוואטע סקולס פון זיין דיסטריקט זיכער צו מאכן אז מ'קומט נאך די געזעץ, אויב טרעפט ער אז נישט, שטעלט מען תיכף אפ אלע פאנדינג, און אויב ביז 90 טאג איז נישט דא קיין געהעריגע "פלען אף קארעקשען", ווערט די סקול איליגעל, און אלע עלטערן באקומען א באפעל אז מ'טאר מער נישט שיקן אהין.זענען די עסקנים ובראשם הרה"ח ר' יושע אסטערייכער הי"ו אויפגעקומען מיט א פלאן צו טוישן די געזעץ, און געהאפט עס אריינצוריקן שטילערהייט אין די לעצטע מינוט פון די בודזשעט, די פרישע געזעץ נעמט אינגאנצן אראפ די סכום פון שעות וואס מ'דארף צו לערנען למודי חול, און נידערט די סובזשעקטס פון 12 צו 4. ,די פלאן איז געווען אז שמחה פעלדער וועט צולייגן די געזעץ צום בודזשעט, און אזוי ווי די רעפאבליקאנער (אין די סענעט) ניצן אים כסדר פאר די 1 וואוט וואס איז מכריע, וועלן זיי אים שטיצן, אבער כדאי צו באקומען זייער פולע שטיצע האט מען דאס געדארפט באארבעטן חדשים פריער.דא איז אריינגעקומען הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו וואס האט זיך אריינגעלייגט ראשו וריבו די לעצטע פאר חדשים בדמים תרתי משמע, און ב"ה געלונגען צו באקומען די שטיצע פון פילצאליגע סענעטארן.

3 טאג פאר יו"ט האט עס געליקט, דורך דעם עסעמבלי ספיקער העסטי, און די עסעמבלי (וואס איז דעמעקראט מעזשארטי) האט זיך געשטעלט אין די לענג און ברייט קעגן די געטוישטע געזעץ, וואס האט געלייגט די גאנצע הארוואניע אין געפאר. למעשה האט זיך די גאנצע בודזשעט פארהאנקעט וועגן די איינע געזעץ און עס איז געווארן א גאנצע סקאנדאל, די עסעמבלי האט געהאפט אז אזוי ווי עס וועט קומען נענטער צו די דעידליין (12:00 פסח ביינאכט) וועט שמחה פעלדער מיזן צוריקציען, נישט וועלן אז די גאווערמענט שאט דאון זאל גיין אויף זיין פעקל. עטליכע שעה פאר'ן זמן, זעהנדיג אז ער מיינט דאס ערענסט, און ציהט נישט צוריק, האבן בלית ברירה נאכגעבן 99% פערצענט פונעם געזעץ, און שפעט אויפדערנאכט איז טאקע די בודזשעט דורך מיט די נייע געטוישטע געזעץ.

עס איז געבליבן 4 זאכן וואס די מוסדות דארפן לערנען:

  1. ליינען ענגליש
  2. שרייבן ענגליש
  3. רעכנען (מעטה)
  4. מאפע (דזשיטגראפי)

מ׳האט אראפגענומען:

  • סייענס
  • קולטור
  • וועלט היסטריע (כפירה)
  • עוועלושען (כפירה)
  • אסטראמניע (כנ״ל)
  • בייאלאגיע
  • קארענט איווענטס (פאליטיק)

תמוז תשע"ח איז אריינגעקומען די נייעס אז די 'יאפפעד' האט אריינגעטראגן א פעדעראלע קלאגע אקעגן ניו יארקס מאכטפולער גאווערנאר קאומא און די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט איבער די ניי אדאפטירטע געזעץ וואס דער גאווערנאר האט אונטערגעשריבן די פארגאנגע יו"ט פסח העעל"ט, איבער די סטעיט פארשריפטן פון סעקולארע לימודים אין די חרדישע תלמודי תורה און בתי חינוך., עטליכע חדשים נאכדעם וואס דער געזעץ איז געווארן אונטערגעשריבן דורכן גאווערנאר, נאך די דראמאטישע שאו-דאון מיט סטעיט סענאטער ר' שמחה פעלדער ביי די בוזשעט פארהאנדלונגען אין סאמע ערב פסח אויפדערנאכט, איז אריינגעקומען די נייעס אז דער באקאנטער פאררעטער נפתלי מאסטער אונטער זיין געשאפענעם גרופע 'יאפפעד' פארמעסט זיך אנצוקלאגן דעם גאווערנער זעלבסט און די עדיוקעישאן דעפארטמענט אז דער געזעץ איז נישט קאנסטיטוציאנאל און פארלעצט די פעדעראלע געזעצן.