פעטרישקע

פֿון װיקיפּעדיע
פעטרישקע

פעטרישקע (Petroselinum crispum) איז א גרינס וואס ווערט באנוצט אלס געווירץ. מען קען עסן די בלעטעלעך אבער אויך די ווארצל. איר אפשטאם איז אין דרום אייראפע, פון דער מיטל-ים געגנט. פעטרישקע איז רייך מיט וויטאמין C און A, און מיט אייזן. אין מעדיצין ווערט עס באנוצט פאר בויך קרענק, פראסטאטא קרענק און הויכן בלוט דרוק.