פניני השער
מראה
א הערליכע תורה בלעטל אויף די וואכענדיגע סדרה און נאך, ארויסגעגעבן דורך די תלמידי ישיבה שער התלמוד.
געדרוקט מיט א שווארצע קאליר, און אנטהאלט געווענליך כאטש 8 זייטען, אדער מער, ווערט פארשפרייט בעיקר נאר אין די גרעסערע שולען אין וויליאמסבורג.
פון אירע שענסטע ארטיקלען איז די מאמר שערי מדע פון הרב משה נחום קרויס, ראש מערכת חקר ועיון בתלמוד, וואס ציעט צו זיך מייסטענס ליינער. אויך פארמאגט די גליון פיל אנדערע הערליכע אפטיילונגען, אבער בעיקר איז עס געשטעלט מפרסם צו זיין די דרושים ופלפולים פון הרב אהרן קרויס שליט"א, ראש הישיבה.
לעצטענס איז שוין ארויסגעקומען עטליכע בענדער צוזאמגעבונדען פון די הערליכע גליונות וואס איז שוין ערשינען ביז היינט צוטאגס.