פינחס מנחם אלעזר יוסטמאן
פאראמעטערס-גרייזן אין מוסטער:אישיות
פאראמעטערס [ פטירה דאטע, חסידות, טיטל, עיקר חיבור, הויף ארט, פטירה ארט, ספרים ] געפינען זיך נישט אין דער מוסטער־דעפיניציע
געבורט |
ה'תר"ח גער, פוילן |
---|---|
טויט |
1920 טשענסטאָכאָוו, פוילן |
קבורה ארט | טשענסטאָכאָוו |
פאך | רב |
רבי פינחס מנחם (אלעזר) יוסטמאַן ( תר"ט - י׳ כסלו תרפ"א) האט געגרינדעט זיין הויף אין פּילץ. ער איז געווען פון די חשובע אדמו״רים אין פוילן און איז געווען באקאנט דורך זיינע תורות פון זענען געשריבן אין דעם ספר "שפתי צדיק". זיין מוטער איז געווען א טאכטער פונעם חידושי הרי״ם, רבי יצחק מאיר אלטער פון גער. נאָך דער פטירה פונעם שפת אמת פון גער, האט ער אנגעהויבן פירן אַ חסידישן הויף אין פּילץ.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן צו זיין פאטער רבי בנימין אליעזר יוסטמאן וועלכע איז געווען אן איידעם ביים חידושי הרי"ם פון גער, און צו זיין מוטער, מרת צינא פעסא אלטער, א טאָכטער פונעם חידושי הרי״ם פון גער. ער איז געווארן א יתום פֿון זיין מוטער אין אַ יונגן עלטער, און זיין זיידע דער חידושי הרי״ם האט אים אריין גענומען. ער איז געפארן מיט זיין זיידן אויף "נסיעות" צום קאצקער רבי׳ן.
ער האט חתונה געהאט צו זיינס א שוועסטער קינד, רביצין הענדיל לאה, די טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם מרדכי אלטער - וועלכער איז נפטר געווארן פאר דער חתונה.
האט ער געגעסן קעסט און געוואוינט ביי זיין גרויסן זיידן ביז זיין פטירה אין תרכ"ו. דערנאך איז ער געווארן פון די חסידים פון רבי העניך פון אלעקסאנדער, און ווען זיין שוואגער דער שפת אמת האט אנגעהויבן פירן האט ער זיך מדבק געווען אין אים.
אין גער האט ער זיך געשפייזט פון א ספרים געשעפט און ארויסגעבן ספרים.
אלס רבי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווען זיין שוואגער דער "שפת אמת" איז נסתלק געווארן אין יאהר תרס"ה, האט א גרויסער עולם אנגעהויבן צו פארן צו אים קיין פילץ וואו ער איז געווארן איינער פון די באוואוסטע רבי'ס אין פוילן.
שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין וויערישאוו און דערנאך קיין טשענסטכאוו וואו ער איז נפטר געווארן ביי שלש סעודות אין עלטער פון צוויי-און-זיבעציג יאר. די לויה איז אויפגעהאלטן געווארן ביז מאנטאג צוליב א קריגעריי צווישן די קהילות פון פילץ און טשענסטכאוו וואו מ'זאל אים באערדיגן.
זיין פלומעניק דער אמרי אמת האט אים זייער מחשיב געווען, און גערופן זיין יונגסטן זון, דער פני מנחם, נאך אים.
קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער האט געהאט זעקס טעכטער און דריי זין:
- חיה שרה, ווייב פון ר׳ יצחק מאיר מינץ
- פייגא ראטבלאט
- פריידע ראצע יאסקאוויטש
- רבי אברהם מרדכי יוסטמאן
- אסתר
- ברכה אייבעשיץ
- רחל
- רבי איטשע מאיר שותק, רב אין טשענטסכאוו, נסתלק בשנת תר"פ בחיי אביו
- רבי חנוך העניך גד יוסטמאן, רב אין ווילוין און ממלא מקומו, אומגעקומען ביי דער צווייטער וועלט קריג.
ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שפתי צדיק, פינעף חלקים על התורה
- די זיבן צוואות
- חיבור אויף ש"ס, פארלוירן געגאנגען ביים קריג
- פירוש אויף תהילים, פארלוירן געגאנגען ביים קריג
וועב-לינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- http://www.mytzadik.com/index.asp?lid=6&page=tzadik&kid=3135&t=%D7%90%D7%93%D7%9E%D7%95%D7%A8%20%D7%A8%D7%91%D7%99%20%D7%A4%D7%A0%D7%97%D7%A1%20%D7%9E%D7%A0%D7%97%D7%9D%20%D7%90%D7%9C%D7%A2%D7%96%D7%A8%20%D7%99%D7%95%D7%A1%D7%98%D7%9E%D7%9F%20%D7%9E%D7%A4%D7%99%D7%9C%D7%A5
- http://www.geni.com/people/Pinchas-Menachem-Justman/6000000004783317854