פנחס טווערסקי
רבי פנחס טווערסקי פון אוסטילע (ה'תר"ם - י"ז אייר ה'תש"ג) איז געווען אן אדמו"ר פון דער טשערנאבילער גזע. זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן אין "שארית לפנחס".
ר' פנחס האט געהייראט מרת חנה רחל, די טאכטער פון רבי ישכר דוב רוקח, דער פריערדיגער רב פון בעלזא. דרייסיג יאר איז ער געזעסן אין הויף פון זיין שווער. ביי דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען זיין שווער איז געווען אין גלות, איז ר' פיניעלע מיטגעפארן, אין ראצפערט, אין מונקאטש און אין האלאשיץ.
מ'פלעגט אים רופן, ר' פיניעלע פון אוסטילע, וואהלין, דארט וואו ער איז געווען רב פינף יאר, נאך זיין שווער'ס פטירה אין תרפ"ז. ער איז געווען א זון פון ר' מאטעלע פון רחמיסטריווקא און מרת ציזע, א טאכטער פון רבי דוד טווערסקי פון טאלנא. שפעטער איז ער געווארן רב אין פשעמישל, גאליציע, וואו טויזנטער חסידים פלעגן פארן צו אים.
ער איז אומגעקומען ביי דער חורבן אייראפע י"ז אייר תש"ג, צוזאמען מיט זיין ווייב און זעקס קינדער, אין דעם בעלזשיץ פארטיליקונג לאגער.
דאס איינציגע אפשטאם פון אים איז געבליבן א טאכטער, הרבנית טראני ע"ה, די רעבעצין פון ר' יעקב יוסף טווערסקי פון סקווירא, און זיין איינציג געבליבענער אייניקל, דער היינטיגער סקווערער רבי, ר' דוד טווערסקי, האט א נאמען געגעבן דעם תורה פראיעקט שארית לפנחס נאך זיין הייליג אנדענק.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי פנחס און זיין ווייב מרת רחל האבן געהאט זעקס זין און צוויי טעכטער:
- הר"ר ישעיה משולם זוסיא הי"ד, אן איידעם ביי זיין פעטער רבי אהרן רוקח פון בעלזא.
- הר"ר יוחנן הי"ד, אן איידעם ביים עצי חיים פון סיגעט.
- הר"ר דוד'ל הי"ד, אן איידעם ביי ר' נפתלי טייטלבוים אבד"ק נירבאטור.
- הר"ר זאב וואלף הי"ד, איידעם ביי ר' יהושע האלבערשטאם אב"ד דאלינא.
- הר"ר אלכסנדר מאיר הי"ד, אן איידעם ביי ר' שלום פון ליביטשויב לבית קאריב-בעלזא.
- הר"ר איציקל הי"ד.
- הרבנית טראני רביצין פון רבי יעקב יוסף טווערסקי פון סקווירא.
- דאס קינד בתיה רוחמה הי"ד.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- יצחק אלפסי, תורת החסידות (ירושלים, תשס"ז) 318
- מנשה אונגאר, אדמורי'ם שנספו בשואה (ירושלים, תשס"ז) עמ' 240 -243