לדלג לתוכן

פארלוירן אין נעפאל

פֿון װיקיפּעדיע

פארלוירן אין נעפאל (העברעאיש: אבודים בדרך) אויך: פארלוירן אויפן וועג, איז א פרומער ישראלישער קאמישער דראמא פילם, אין צוויי טיילן, רעזשיסירט און פראדוצירט דורך יהודה גראווייס.

שמואל, א פרומער רעספעקטירטער ישראל רעגירונגס איינגעשטעלטער, ווערט געשטראנדעט אין אינדיע מיט א פרייען ארטיסטישן מאן, איאל יניב, וועלכער געפונט זיך שוין אין די געגנט איבער א יאהר, צוליב א עראפלאן פארשפעטיגונג.

ווען זייערע פאספארטן ווערן פארטוישט, ברויכן זיי גיין צום קאנסולאט בעטן נייע שריפטן, אבער ווערן פארשלעפט, בארויבט און פארבלאנדזשעט אין דעם פרימיטיוון לאנד.

דורכאויס זייער רייזע, לערנען זיי ביידע איינער פונעם צווייטן, ביז זיי באווייזן למעשה צו כאפן א דיפלאמאטישן פליגער אין צייט אנצוקומען קיין ישראל אויף ראש השנה.

  • עקזעקוטיוו פראדוסער: שלמה חזן
  • שרייבער: מאז לוי

די ענגלישע אויסגאבע Lost in Nepal ווערט דיסטריבוטירט דורך חזק אינטערטעימענט.