פארטאל:וויסנשאפט/אויסגעקליבענע ביאגראפיע/1

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אלבערט איינשטיין

אלבערט איינשטיין (ה' אדר ב' ה'תרל"ט - כ"ו ניסן ה'תשט"ו ; 1879 - 1955) איז געווען אן אידישער פיזיקער און מאטעמאטיקער וואס איז מערסט באקאנט פאר זיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט. אין יאר ה'תרפ"א ; 1921 איז ער באלוינט געווארן מיט'ן נאבעל באלוינונג פאר פיזיק.

איינשטיין'ס פילע ביישטייערונגען צו פיזיק שליסן איין זיין ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס האט אויסגעגליכן מעכאניק מיט עלעקטראמאגנעטיזם, און זיין אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס האט פארברייטערט דעם פרינציפ פון רעלאטיוויטעט צו אומאיינהייטלער באוועגונג, שאפנדיג א נייע טעאריע פון גראוויטאציע. זיינע אנדערע ביישטייערונגען זענען כולל רעלאטיוויסטישע קאזמאלאגיע, קאפילאריע טואונג, פראבלעמען פון סטאטיסטישער מעכאניק און זייער אנווענדונג צו קוואנטן טעאריע, די קוואנטום טעאריע פון א מאנאטאמישן גאז, די געאמעטראזיע פון פיזיק, און נאך.