לדלג לתוכן

פארברענונג

פֿון װיקיפּעדיע

פֿארברענונג איז דער נאָמען פֿון פֿיל כעמישע אָדער פֿיזיקאַלישע שטאָפֿן װאָם צינדען זיך אָן װען זײ קומען אין בארירונג מיט דער לופֿט. אַטײל פֿון זײ צינדן זיך אָן גלײך, און אַטײל נאָך אַ לענגערער צײט. אויפרייסונגען פּאַסירן זייער אָפֿט דורך די פֿון דעם ערשטען קלאַס. מען רופֿט דיעזען קלאַס טעכניש מיט דעם נאָמען: "ספּאָנטאַנע איגנאַציע". אַ הויפֿען מיסט איגנירט אָן אַ פֿלאַם, ער איז אינװענדיג הײס, און אױף דער אויסען קאַלט. מעטאַלען צוגיעסען זיך פֿריהער איידער זײ װערען איגנירט (רויט־הײס), אַ שטייגער װי בלײ, בלעך, און זינק. דאַגעגען אַײזען װערט איגנירט נאָך פֿיעל פֿריהער אײדער ער שמעלצט. דער אָנהױב פֿון איגניציע איז בײ 770 גראַד פֿאַרענ. ביז דעמאָלט איז ער רױט, איבער דיעזען גראַד ביז 1000 איז ער שױן װײס־הײם ביז ברילאַנט־װײס. בײ דער אָבקיהלונג פֿון געשמאָלצענעם אַײזען זעט מען אַלע קאָליערען ליכט.

דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „איגניציע” אין דער אַלגעמיינער אילוסטרירטער ענציקלאָפעדיע (באַנד 2), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.