לדלג לתוכן

פאנצערגלאז

פֿון װיקיפּעדיע
Bulletproof glass of a jeweler window after a burglary attempt

בולעט פרוף גלאז אדער פאנצערגלאז איז א סארט גלאז וועלכע קען אויסהאלטן די אטאקע פון א בולעט און ווערט גענוצט זיך צו באשיצן פון רויבערייען און אטאקעס.

אויפ'ן ערשטן בליק וועט א בולעט פרוף גלאז נישט אויסזען אנדערש ווי יעדע אנדערע גלאז, אבער מיט דעם ענדיגט זיך די ענדלקייט. א גלאז וועט זיך צוברעקלן אויב א קויל וועט אריינקראכן אין איר און א בולעט פרוף גלאז וועט ביישטיין דעם זעץ און בלייבן גאנץ. פארשטייט זיך אז עס איז געוואנדן לויט ווי דיק די גלאז איז און וואספארא ביקס עס ווערט גענוצט צו שיסן דעם קויל.

בולעט פרוף גלאז איז צוזאמענגעשטעלט פון דריי שיכטן. די צוויי דרויסנדיגע שיכטן זענען געווענליכע גלאז און אינדערצווישן איז פאראן א שיכט געמאכט פון א סארט פלאסטיק וואס ווערט גערופן פאליקארבאנעיט. די סארט מאטריאל פארמאגט א ספעציעלע שטארקייט און לאזט זיך נישט צוברעכן נאר וועט איינזאפן און האלטן די קויל אין זיך און די צווייטע שיכט גלאז וועט בלייבן גאנץ.

בולעט פרוף גלאז קען זיין דיק פון 7 מילימעטער ביז 70 מילימעטער. ווי דיקער אלס שטערקער און וועט קענען ביישטיין אפילו קראפטיגע געווער.

עס איז אויך פאראן א געוויסע סארט בולעט פרוף גלאז וועלכע איז נאר בולעט פרופ פון איין זייט ווען אין דער זעלבער צייט קען מען פון די אנדערע זייט צוריק שיסן און עס וועט יא דורכלעכערן אבער נישט זיך צוברעכן. אזעלכע גלאז ווערן גענוצט אין אויטאס פון וויכטיגע אפיציעלן (ווי דער פרעזידענט) אין פאל איינער וועט אנהייבן שיסן זאל מען קענען צוריק שיסן.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פאנצערגלאז