פאנדאם (וועבזייטל)

פֿון װיקיפּעדיע
פֿאַנדאָם

.Fandom, Inc
טיפ: וויקי פארם
געגרינדעט: 2004
געגרינדער: זשימי וויילס
אנדזשעלאַ ביסלי סטאַרלינג
סלאגאן:
וועבזייטל: www.fandom.com
שפראך: מולטישפראכיק

פֿאַנדאָם (ענגליש: FANDOM; גערופן וויקיע, wikia, ביז דעם 25סטן יאנואר 2016) איז אן אויפֿהאלט דינער פאר וויקי פראיעקטן וועגן פארשידענע טעמעס, וואס זענען באזירט אויף פרייע אינהאלט.

כאראקטעריסטיק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פֿאַנדאָם ווערט אפערירט דורך די פירמע .Fandom, Inc (געוועזן .Wikia, Inc), א קאמערציעלע פירמע וואס איז רעגיסטרירט אין דעלעווער, די פאראײניגטע שטאטן. די פירמע איז געגרינדעט געווארן אין סוף 2004 דורך וויקיפעדיע גרינדער זשימי וויילס מיט אנדזשעלאַ ביסלי.

פֿאַנדאָם שטעלט אן עמפאז אויף געמיינדעס, סיי די וואס זענען געשאפן געווארן פון דרויסן דעם אינטערנעט און סיי די וואס האבן אנטוויקלט זיך אויפן אינטערנעט.

פֿאַנדאָם איז פריי צו לייענען אָן קיין גרענעץ, פריי צו רעדאקטירן (אונטער כללים) און פריי צו קאפיען און פובליקירן (לויט די באדינגונגען פון GNU FDL און געוויסע בילדער - לויט די באדינגונגען פון ערלעך באנוץ).

פֿאַנדאָם נוצט דעם מעדיעוויקי ווייכווארג וואס ווערט געשריבן אין עפענטלעכע קאד און געהאלט דורך די וויקימעדיע פונדאציע.

אינהאלט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פֿאַנדאָם שליסט איין א ווייטע קייט פון סוביעקטן; די פראיעקטן ווערן געוויינטלעך דערלויבט, א חוץ געדאנקען מיט א דירעקטע קאנקורס מיט די אנדערע פראיעקטן פון וויקימעדיע. פֿאַנדאָם דאַרפט אז אלע אינהאלט וואס ווערט געהאלטן וואלט זיין אונטער איין פון די ליצענצן פון פריי אינהאלט - לויט די באדינגונגען פון Creative Commons אדער די GNU פרייע דאקומענטאציע ליצענץ.

די וויקיס אויף פֿאַנדאָם ווערן געווידמעט צו א סך סוביעקטן, פון "שטערן קריג" ביז גלעטלינגען.

אויף פֿאַנדאָם געפֿינען זיך נישט קיין וויקיס אויף די יידישע שפראך.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וויקיע