פאלינא בייוול

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פאלינא בייוול
Полина Леопольдовна Байвель
Polina Bayvel
Professor Polina Bayvel FREng FRS.jpg
געבורט אפריל 1966 (אלט 54)
כארקעוו, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט חשמונאים הויכשולע פאר מיידלעך
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

פּאָלינאַ לעאָפּאָלדאָוונאַ בייַוול CBE FRS FREng FInstP ( רוסיש: Полина Леопольдовна Байвель ; געבוירן דעם 14טן אפריל 1966) איז אַ בריטישע אינזשענירין און אַקדעמיקער. זי איז היינט פּראָפעסאָר פון אָפּטישע קאָמוניקאַציעס און נעצווערק אין דעם דעפּאַרטמענט פון עלעקטראָנישער און עלעקטרישער אינזשעניריע אין אוניווערסיטעט קאלעדזש לאָנדאָן.[1] זי האָט היבש בייגעשטייערט צו די אויספאָרשונג און פּלאַנעווען פון הויך־באנדברייט מולטי-כוואליעלענג אָפּטישן נעצווערקן.[2][3]

בילדונג און פרי לעבן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

בייוול איז געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדישער משפּחה,[4] און איז אויפֿגעוואַקסן אין כאַרקיוו און לענינגראַד (היינט פעטערבורג ) ביז 1978.[5] איר פאָטער איז דער פיזיקער לעאָפּאָלד בייוול און איר מוטער רייזא איז געווען אַ טעקסטיל-טעכנאלאג / קליידונג־אינזשעניר.

זי האט געלערנט אין ענגלאַנד אין דער חשמונאים הויכשולע פאר מיידלעך און אוניווערסיטעט קאָלעדזש לאָנדאָן, וווּ זי האט באקומען אן ערשטן דיפלאם אין אינזשעניריע אין 1986 נאכדעם האט זי באקומען איר דאקטאראט PhD אין 1990. אין 1990 אי זי געווארן באלוינט מיט אַ רויאַל געזעלשאפט פּאָסטדאָקטאָראַל עקסטשאַנגע פאָללאָוושיפּ אין דער פיברע־אָפּטיק לאַבאָראַטאָרי אין דעם אַלגעמיינע פיסיק אינסטיטוט פון דער סאָוועטישער אַקאַדעמיע פון וויסנשאפט אין מאָסקווע.[6]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Six IOP members are recognised in 2017 New Year Honours. Institute of Physics. דערגרייכט דעם 2017-01-03.
  2. Professor Polina Bayvel FREng FRS. Royal Society. One or more of the preceding sentences incorporates text from the royalsociety.org website where:
    {{{תוכן}}}
  3. Prof Polina Bayvel. University College London.
  4. All The News From Hampsted Garden Suburb Synagogue
  5. ""И 20 лет, и 30 лет – живым не верится, что живы…" – Общество" (אויף ru), Gazetya Vremya (8 July 2015). דערגרייכט דעם 2016-12-31. 
  6. Thompson, J.M.T. (2001-07-02). Visions of the Future: Physics and Electronics (אויף en). Cambridge University Press, 208. ISBN 978-05218-0538-4. דערגרייכט דעם 2016-12-31.