עשר אורות

פֿון װיקיפּעדיע

עשר אורות איז דער צווייטער באנד פון דער סעריע פון ספרים זכות ישראל, פון הרב ישראל בערגער. דער מחבר איז געווען א מחותן מיט זייער אסאך פון די גרויסע חסידישע רביים, ווי זיין זון הר"ר משה בערגער רעכנט אויס אין מגילות יוחסין וסדר ההתקשרות, דעריבער האט ער אסאך געוואוסט און געשריבן פון זיי.

ער אנטהאלט אין זיך מעשיות, תורות, מאמרים, בריוו, און די לעבנס באשרייבען פון צען גרויסע רביים.

1) הרה"ק רבי דובער ממזעריטש זצ"ל. 2) הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זצ"ל. 3) הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב. ד) הרה"ק רבי יצחק מראדוויל, א זון פון הרה"ק רבי יחיאל מיכל מזאלטשוב זצ"ל. ה) הרה"ק רבי ישראל המגיד מקאזניץ. 5) הרה"ק רבי יעקב יצחק מלובלין זצ"ל. 7) הרה"ק רבי אברהם יושע העשיל מאפטא זצ"ל. 8) הרה"ק רבי ישראל פון רוזשין זצ"ל. 9) הרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא זצ"ל. 10) הרה"ק רבי דוד משה פון טשארטקאוו זצ"ל.

אנהייב פון ספר איז געדרוקט א פתיחתא רבתא. ווי דער מחבר פארענטפערט פיהר שאלות וואס מען פרעגט אויף די גרויסע חסידישע רביים. 1) מען זעהט ביי זיי גרויסע מופתים וואס זענען חוץ לדרך הטבע, זיי האבן משנה געווען סדרי בראשית. מען האט אזאנס נאך נישט געהערט. 2) ווי קען זיין אז די חסידישע רביים זענען געווען גרעסער פון די פריערדיגע דורות, וויבאלד פון גמרא זעהט דאך אויס אז די דורות גייען כסדר, יעדער דור ווערט שוואכער פון פריערדיגער דור, ווי עס שטייט (שבת קיב:) אם ראשונים כמלאכים אנו כבני אדם וכו'. 3) פארוואס זענען זייער חידושים נישט בדרך פשט, אדער בדרך דרוש, רוב דערפון איז ווייט פון פשט. 4) די וועלט זאגט אז די חסידישע רביים האבן נישט געקענט לערענן, טא ווי קענען זיי צוקומען צו גרויסע מדריגות אין עבודת ה' ווען זיי האבן נישט געקענט לערענען ?.

דער מחבר צייגט אויף מיט גרויס בקיאות, מיט ראיות פון ש"ס מדרשים, און זוה"ק, אז אלע וועגען פון די ערשטע חסידישע רביים וואס ער באשרייבט אין זיינע ספרים, זענען אויסגעהאלטן, און אלע זייערע דרכים האט א מקור פון מדרשי חז"ל. ער ווארפט צוזאם פון צענדליגע און הונדערטער מאמרי חז"ל און ראיות פון תנאים און אמוראים און ספרי קודש.