עם ישראל חי

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

עם ישראל חי איז א מוזיק אלבאם וואו עס זינגט, יודישע לידער און זעלטענע חזנות שטיקלעך וואס האט צו טוהן מיט די צווייטע וועלט קריג, דער חזן משה קאסעוויצקי צוזאמענגעשלט דורך עקיבא צימערמאן אין אשל סטודיא אין תל אביב דורך אילן בייבער און פראדוצירט ביי ישראל מיוזיק.

די קאסעטע איז ערשיינען אום חודש אב תש"נ.

אינהאלט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אשמנו מכל עם פון דוד רויטמאן. רעקארדירט אין ווארשע אין באגלייטונג פון דוד אייזנשטאט, דאס איז א זעלטענע שטיקל צוליב וואס עס איז די איינציגסטע מאל וואס ער האט רעקארדירט דאס שטיקל. (נאך די מלחמה האט ער עס מער נישט געוואלט זינגען).
  • אל מלא רחמים פאר די אומגעקומענע אין די קריג
  • תהילים קאפיטל קמ"ד און י"ח
  • ועל ידי עבדיך הנביאים, די באקאנטע שטיקל קאמפּאזירט דורך ליאו ליוב
  • זאמד און שטערן, ווערטער: שמעון פרוג, ניגון: החזן אברהם משה בערנשטיין
  • דער פארטיזאנער ליד (זאג נישט קיינמאל), ווערטער: הירש גליק, ניגון: דימיטרי פאקראס
  • אבל אנחנו עמך בני בריתך קאמפאזירט דורך משה קאסעוויצקי
  • עם ישראל חי א הארא, רעקארדירט אין פוילין פאר די קריג,(פון זיינע ערשטע רעקארדירונגען)
  • התקוה אלטע ווערסיע פון נפתלי הערץ אימבער, רעקארדירט אין פוילין פאר די קריג,(פון זיינע ערשטע רעקארדירונגען)