עורה

פֿון װיקיפּעדיע

עורה (ענגליש: Oorah) איז א אידישע ארגאניזאציע וועלכע איז עוסק אין קירוב רחוקים, מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים.

די ארגאניזאציע איז געגרינדעט געווארן אין 1980, אין לייקוואוד, דורך הרב חיים מינץ און ווערט געפירט דורך זיין זון הרב אליהו מינץ.

איר נאמען, עורה, באדייט אין העברעאיש "וועקט אייך אויף", וואס דאס איז זייער מאטיוו, אויפוועקן אידן צו אידישקייט.

געלטשאפן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיי האבן זיך שטארק באקאנט געמאכט מיט זייער מאסיוון קאמפיין "קארס 4 קידס" (Kars4Kids), וואו זיי טרייבן אויף געלט, דורך דעם וואס מענטשן זענען מנדב זייער אלטע אומבאנוצטע קארס. זיי ערהאלטן בערך 40,000 קארס יערליך.

אזוי אויך פירן זיי דורך יעדעס יאר א גרויסע "כינעזישע ליציטאציע".

זיי האבן שטארק געמארקעט זייער קאריקאטור, פייוויש, וועלכער העלפט זיי אויפטרייבן נויטיגע פאנדן.

אויך האבן זיי שוין ארויסגעקומען פילע מוזיק סידיס מיט די גרעסטע אידישע זינגערס, גערופן "די שמארג".

דרויסנדיגע וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בעלי תשובה און קירוב רחוקים ארגאניזאציעס און פערזענלעכקייטן                       

מוסדות: AJOP | ערכים | אש התורה | אור שמח | הנני | חב"ד | לב לאחים | עורה | שופר | זשואיש ווארלד רעוויאו | זשוס פאר זשודאיזם | אור יקר | הלל

אקטיווע פערזענלעכקייטן: אורי זוהר | אמנון יצחק | אסתר יונגרייז | זאב וואלפסאן | יצחק דוד גראסמאן | משה גרילאק | הערמאן וואק | דניאל לאפין | עזריאל טויבער | מרדכי נויגראשל | שלמה רענן | שעלדאן איידלסאן